מכתב יומי

כ טבת תשע"ח

January 07 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "פאר איך בין געקומען צום רבי'ן האב איך זייער פלייסיג געלערנט, אבער ווען איך בין געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט מיר געזאגט: 'אביסל איז אויך גוט', האב איך אנגעפאנגען אסאך פלייסיגער צו לערנען". ווייל בדרך כלל, א למדן וואס לערנט פלייסיג קען נישט לערנען ווען ער האט נאר אפאר מינוט, ווייל ווילאנג ער הייבט זיך אן אריין צו לייגן אין די סוגיא דארף ער שוין גיין וכו', אבער ווען דער רבי האט אים געזאגט: "מְעַט גַּם כֵּן טוֹב", האט ער אנגעהויבן אסאך מער צו לערנען, ווייל יעדע מינוט וואס ער האט געהאט, האט ער אויסגענוצט פאר לימוד התורה.


אין אנהייב ווען ר' נתן איז מקורב געווארן האט אים זיין טאטע זייער גע'רודפ'ט, עד כדי כך, אז ער האט געמוטשעט ר' נתנ'ס ווייב זי זאל זיך גט'ן פון אים; דאס איז אן אומדערהערטע זאך, אז א טאטע זאל צו רעדן א שנור זיך צו גט'ן פון זיין אייגענע זון. זי האט נישט געוואוסט וואס צו טון, האט זי געפרעגט איר גרויסן טאטע'ן וואס זי זאל טון, האט ער איר געפרעגט: "זאג מיר, דיין מאן לערנט?" האט זי געזאגט פאר איר טאטע: "מיין מאן האט אלץ געלערנט, אבער זייט ער איז מקורב געווארן צו דעם רבי'ן, הערט ער נישט אויף צו לערנען", האט ער איר געזאגט: "זאלסט אקערן מיט די נאז צו ברענגען פרנסה, און דו זאלסט אים נישט שטערן פון לערנען", און ער האט איר מחזק געווען אז זי זאל נישט צו הערן צו די וואס רעדן אויף איר מאן - ר' נתן.


זעט מען פון דעם, אז איינמאל מען ווייסט אז אביסל איז אויך גוט, קומט מען אן צו לערנען זייער אסאך; דערפאר בעט איך דיר זייער, זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, אפילו דו פארשטייסט נאך נישט וואס דו זאגסט. ווייל ווען מען לערנט גמרא וואשט מען זיך אינגאנצן אפ פון אלע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערענט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט: איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.