מכתב יומי

יט טבת תשע"ט

December 27 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב א מורא'דיגע שמחה פון די חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה די וואך.


ווען מיר האבן געעפנט די חדר האט מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט אז יארן צוריק האט זיך איינער פון אנשי שלומינו - וואס האט דעמאלט אנגעפירט די ברסלב'ע שטיבל אין וויליאמסבורג - אפגערעדט פאר אים ווי שווער עס קומט אים אן צו פירן דעם ברסלב'ער שטיבל, און ניטאמאל האט ער מנין. האט אים מוהרא"ש מחזק געווען אז מען דארף אנגיין אפילו עס איז שווער וכו'. שמועסנדיג אזוי אויפן גאס איז דורכגעפארן א חדר באס, און מוהרא"ש האט זיך אנגערופן צו אים: "נאך אביסל וועלן ארום פארן באסעס מיטן אויפשריפט: 'תלמוד תורה ברסלב'", האט אים יענער געזאגט: "איר חלומ'ט בהקיץ; עס וועט קיינמאל נישט זיין אזא זאך!"


האט מוהרא"ש געשמייכלט און געזאגט: "ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן". מוהרא"ש האט דעמאלט געבעטן אז מען זאל אריבער פארן מיטן באס ביי זיין הויז, ער האט געוואלט ווייזן פאר די רעבעצן די שיינע מוסדות וואס מיר האבן געעפנט וואו מיר זענען מחנך אונזערע קינדער מיטן רבינ'ס עצות.


ביי די חתונה האב איך געטראכט: 'יעצט קען מען טאקע זאגן אז דער חלום איז מקוים געווארן'; מוהרא"ש האט געשריבן גאר אסאך בריוון און קונטרסים (קונטרס "לב אבות על בנים"; ארך אפים אות ד; ועוד) אז מען זאל נישט מאכן קיין טייערע שמחות, נאר פשוט'ע.


מוהרא"ש האט כמה פעמים געזאגט דא אין ישיבה פאר די בחורים: "וואס דארף א בחור? א בחור דארף גארנישט, נאר איין זאך: ער וויל חתונה האבן", מוהרא"ש האט ארויסגעברענגט אז מען דארף בלויז צען מענטשן און א טלית צו שטעלן א חופה און דאס איז עס. דער בחור וויל איין זאך, ער וויל זאגן וואס די בת קיסר האט געזאגט פארן בן מלך נאכן ווארטן אזוי לאנג אויף איר שידוך: "און דו בן מלך קום אהער, לאמיר אהיים גיין (עיין בסוף סיפורי מעשיות מעשה ב', ממלך וקיסר)", געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט איז דער חלום מקוים געווארן.


איינער איז צוגעקומען צו מיר בשעת די חתונה און מיר געזאגט: "עס פעלט גארנישט פאר די חתונה, עס איז הערליך שיין, אבער איין זאך פעלט יא, אז מוהרא"ש זאל זיצן דא מיט א גרויסע שמייכל און זען ווי זיין פלאג און מי איז נישט געווען אומזיסט, און זינגען דעם באקאנטן ניגון: 'לֹא תְּנַצְּחוּ אוֹתִי כָּל כָּךְ מַהֵר'", האב איך אים געזאגט: "מוהרא"ש איז שוין איינמאל דא, נאך ווי איז ער דא"; ווייל דארט וואו מען חזר'ט די ווערטער פונעם צדיק דארט געפונט זיך דער צדיק, אזוי אויך דארט וואו מען פירט זיך לויט ווי דער צדיק האט געלערנט דארט איז דער צדיק, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת אחרי, דף עא:): "צַדִּיקָא - אַף עַל גַּב דְּאִתְפְּטָר מֵהַאי עָלְמָא, לָא אִסְתַּלָּק וְלָא אִתְאֲבִיד מְכֻּלְּהוּ עָלְמִין, דְּהָא בְּכֻלְּהוּ עָלְמִין אִשְׁתְּכַח יַתִּיר מֵחַיּיוֹי", צדיקים געפונען זיך אויף די וועלט נאך זייער פטירה נאך מער ווי זיי האבן זיך געפונען דא בשעת זיי האבן געלעבט.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור; ברעך דיינע מניעות און קום צום שיעור, אפילו מען וועט רעדן די זעלבע ווערטער וואס מען רעדט יעדע וואך. ווען דער יצר הרע קומט צו דיר מיט די טענה: "וואס וועט מען שוין רעדן? מען רעדט דאך יעדע וואך די זעלבע זאכן", זאלסטו אים ענטפערן: "און וואס ווייזטו מיר? נאכאמאל עבירות און נאכאמאל עבירות"...


יא, מען גייט רעדן די זעלבע דיבורים ווי יעדע וואך; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן ווארעמע דיבורים צו רעדן, איך זאל רעדן נאר די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט צו אונז אלע יארן; נאכמאל און נאכמאל פון אמונה, פון סדר דרך הלימוד און פון זיך באנייען. נאכמאל און נאכמאל פון שלום בית און פון חינוך הבנים והבנות; ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען פירט זיך אין שטוב, ווייל דיינע קינדער זעען אלעס און פארשטייען אלעס - אפילו זיי זענען נאך יונג.


זאלסט זייער אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט זיך אין שטוב; אויב מען וויל נחת פון די קינדער דארף מען זיך אויפפירן מיט יראת שמים. א קינד וואס זעט זיין טאטע זיך פירן מיט יראת שמים, ער זעט זיין טאטע'ן אנגרייטן נעגל וואסער פאר'ן גיין שלאפן, ער זעט ווי זיין טאטע ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן, ער רעדט איידל, ער שרייט נישט און שעלט נישט, דאן וועלן די קינדער אויך זיין ערליכע אידן; זיי וועלן נאכמאכן זייער טאטע און אויך ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און רעדן איידל און שיין.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו בלייבן פריש און ניי, נאר נישט אלט ווערן.


א גוטן טאג.