מכתב יומי
יט כסלו תשע"ח
December 07 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין יעצט צוריק געקומען פון ארץ ישראל. איך בין געפארן צו די לויה פון מיין באבע עליה השלום, מיין טאטעס מאמע וואס איז לא עלינו פלוצלינג נפטר געווארן. מען האט איר געטראגן קיין ארץ ישראל, איך בין מיטגעפארן גלייך קיין מירון צו די לויה, און דארט איז זי געקומען לקבורה.
זי איז געווען זייער א גרויסע צדיקת; זי האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז איר מאן - מיין זיידע שליט"א זאל קענען לערנען זיין גאנץ לעבן. זי פלעגט מיר זייער מחזק זיין אלע יארן, בפרט ווען איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, האט זי מיר געגעבן גאר א סאך חיזוק. יעדעס מאל ווען איך פלעג איר גיין באזוכן האט זי מיר געבעטן איך זאל איר זאגן עפעס א ווארט פון הייליגן רבי'ן.
דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן, און יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אים זאל ער פארציילן פארן אייבערשטן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער טוט די עצה, אלעס וואס גייט אריבער אויף אים רעדט ער אויס פארן באשעפער, ער דערציילט אלע זיינע מחשבות, אלע זיינע דיבורים, אלע זיינע מעשים פארן אייבערשטן, איז מען זוכה צו לעבן אין גן עדן אויף די וועלט. מען ווערט נישט אויפגערעגט אזוי שנעל ווען עס גייט נישט אזוי ווי מען האט געוואלט, ווייל ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן, ווערט אים אויסגעקלארט און איינגעקריצט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט, אויסער דעם אייבערשטן.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תוספתא נדה, פרק ה-ז): "מַעֲשֶׂה בְּתִינוֹק אֶחָד שֶּׁהָיוּ בָּאִין בַּסְּפִינָה, וְעָמַד עֲלֵיהֶן נַחְשׁוֹל, וְהָיוּ זוֹעַקִין לֵאלֹהֵיהֶם. אָמַר לָהֶן אוֹתוֹ הַתִּינוֹק, עַד מָתַי אַתֶּם נְשַׁטִין? זָעֲקוּ לְמִי שֶּׁבָּרָא הַיָּם!" עס איז געווען א קינד אויף א שיף, און עס האט אויסגעבראכן א שטורעם ווינט, אלע גוים האבן אנגעהויבן שרייען צו זייערע געטשקעס, האט דער קינד זיך אנגערופן צו זיי: "ווי לאנג וועט איר זיך נאריש מאכן און שרייען צו אייערע געטשקעס, שרייט צום אייבערשטן וואס ער האט באשאפן די וואסער; זעט מען פון דעם, אז די איינציגסטע עצה וואס מען האט צו טון ווען א מענטש איז אין א צרה, איז צו שרייען צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.