מכתב יומי

יט ניסן תשע"ח

April 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד', י"ט ניסן, ג' דחול המועד פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז נישט דא קיין שיעור וויפיל מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן; דער רבי דערמאנט אונז כסדר מיר זאלן געדענקען אז מיר בלייבן נישט לעבן אויף אייביג און איין טאג וועלן מיר דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן; דער רבי גרייט אונז אן מיר זאלן אריין כאפן יעדן טאג תורה ותפילה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט: פאר אפאר הונדערט יאר צוריק איז געקומען צו פארן קיין רוים זייער א גרויסער חכם, דער חכם איז געווען באוואוסט אין די גאנצע וועלט. ווען דער רומישער קיסר האט געהערט אז דער חכם איז געקומען צו זיין מדינה האט ער אים געמאכט א קבלת פנים, אזוי שמועסנדיג האט אים דער קיסר געפרעגט: "איך האב געהערט זאגן אז דו פארסט ארום אין די גאנצע וועלט, וויל איך דיר פרעגן צי דו האסט שוין געזען אזא שיינע שטאט ווי אונזער שטאט רוים?" האט דער חכם געענטפערט דעם קעניג: "איך מוז מודה זיין אז איך האב נאך נישט געזען אזא שיינע שטאט אין די גאנצע וועלט, אבער איין זאך מוז איך צולייגן, אמת טאקע עס איז נישט דא אזא שיינע שטאט ווי רוים, אבער איין גרויסער חסרון האט אייער מדינה". דער קעניג האט זיך זייער פארוואונדערט הערנדיג דאס און געזאגט צום חכם: "זאג מיר וואס איז דער חסרון, איך וועל עס פארעכטן", האט דער חכם געזאגט: "אדוני המלך, אויב איך וועל דיר זאגן דעם חסרון און דו וועסט עס פארעכטן זאג איך דיר צו אז איך וועל ארום פארן אין די גאנצע וועלט און אויסשרייען 'עס איז נישט דא אזא קעניג ווי דער רוימישער קעניג', 'עס איז נישט דא אזא שיינע שטאט ווי רוים'"; האט דער קעניג אים געזאגט: "איך האב דיר דאך געבעטן זאלסט מיר זאגן וואס די חסרון איז", האט דער חכם געענטפערט פארן קיסר: "דער חסרון פון די שטאט איז די זעלבע חסרון וואס אלע לענדער האבן, אז זי פארמאגט א 'בית הקברות'; אויב קענסטו דאס אוועק נעמען איז נישט דא אזא קעניג ווי דיר אין די גאנצע וועלט". האט דער קיסר געגעבן א קרעכץ, ער האט פארשטאנען וואס דער חכם מיינט צו זאגן, אז אלע דארפן שטארבן און קיינער בלייבט נישט דא אויף דער וועלט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ב, יד): "וְיָדַעְתִּי גַם אָנִי שֶׁמִּקְרֶה אֶחָד יִקְרֶה אֶת כֻּלָּם", קיינער בלייבט נישט לעבן אויף אייביג; ווען א מענטש נעמט אריין די שכל, ער ווייסט אז איין טאג וועט ער אלעס איבערלאזן, דעמאלט לעבט ער מיט תכלית, ער גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, נאר ער גרייט זיך אן פאר דער אייביגער וועלט.


מען טאר נישט ארבעטן חול המועד אבער הפצה דארף מען גיין אפילו אום חול המועד; וואויל איז דיר אז דו ביסט מפיץ די הייליגע ספרים וכו' און דו ברענגסט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן. בזכות דעם זאלסטו זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין.