מכתב יומי

כ סיון תשע"ח

June 03 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב מיט מנין וועסטו נישט קרעכצן אזוי אויף פרנסה; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אז מען דאוונט מיט מנין וועט מען האבן געלט". אויב דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט און עס איז שוין נישט דא קיין מנינים - מיט דעם אלעם זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען נאר אין שול, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן צ, סעיף ט), אז מען זאל דאווענען אין בית המדרש.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווער עס האט שול אין זיין שטאט און ער גייט נישט אין שול דאווענען ברענגט ער אז זיינע קינדער זאלן דארפן גיין אין גלות; דאס איז א מאמר חז"ל (ברכות ח.), לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס האט צו טון גיין אין שול מיט דעם אז די קינדער זאלן נישט גיין אין גלות? נאר מען קען זאגן פשוט, אז די קינדער זעען ווי דער טאטע גייט נישט אין שול וועלן זיי אויך נישט גיין אין שול, וועלן זיי האבן א גלות לעבן; ווייל אז די קינדער האבן נישט קיין טאטע וואס איז זיי מחנך און גייט מיט זיי דאווענען וועלן זיי האבן א גלות לעבן, זיי וועלן זיך וואלגערן אין די גאסן רחמנא לצלן.


זיי געזונט, איך דארף לויפן צו די בחורים.