מכתב יומי

כ סיון תשע"ט

June 23 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם און וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים; אז דו ביסט אראפגעפאלן הייב זיך אויף און הייב אן פונדאסניי.


מאך זיך א שיעור אין משניות, הייב אן מסכת ברכות און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, דאס וועט אפווישן אלע דיינע זינד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: רעכן איך כאילו דער מענטש האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום (ביז נאך קעמפ וועט נישט זיין נאך א צוזאמקום דא אין שטאט), בעט איך דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די צוזאמקום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.