מכתב יומי

יט שבט תשע"ט

January 25 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נאך אזויפיל שרייבן און רעדן צו דיר קען איך נאך אלץ נישט פועל'ן ביי דיר אז דו זאלסט נישט טענה'ן מיט דיין ווייב און נישט זוכן צו זיין גערעכט? דו מיינסט אז עס איז א מצוה צו אויספירן, אז דו ביסט מהדר מיט אלע חומרות שטענדיג אויסצופירן? דו מיינסט אז דו וועסט באקומען מער שכר אויבן אין הימל מיט'ן וויי טון דיין ווייב?! לאז שוין אפ, גענוג געווען, הייב אן לעבן מיט שלום; דו ווייסט דאך אז 'שלום בית' איז ביים רבי'ן געווען א יסוד היסודות. דער רבי האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית און אונז אזוי מזהיר געווען אז מיר זאלן זיך נישט קריגן מיט די ווייב, נאר איר האלטן חשוב און טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; פאלג דעם רבי'ן, פארצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און רעד צו אים אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, וועסטו זיכער זען בקרוב דיין ישועה.


אנשטאט טענה'ן און פירן וויכוחים מיט דיין ווייב וכו' וכו' בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג וועסטו זען א נס. רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת, אויב א מענטש וועט רעדן צום אייבערשטן און בעטן אויף א זאך פערציג טעג, וועט ער עס זיכער באקומען".


געב אכטונג זיך נישט אויפצורעגן אום שבת; דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תיקון מח): אויפן פסוק (שמות לה, ג): "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת", ער לייגט צו איין ווארט "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ 'הַכַּעַס' בְּיוֹם הַשַּׁבָּת"; א גאנצע וואך דארף מען אויך אכטונג געבן נישט צו ווערן אין כעס, אבער שבת דארף מען נאך מער אכטונג געבן נישט צו זיין אין כעס און זען אז עס זאל זיין פרייליך אין שטוב; אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך טוישן.


געדענק, מען קען אלעס פועל'ן מיט גוטנ'ס אז מען האט אביסל סבלנות.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, זאלסט איר דאס איבערגעבן נאך פאר שבת ווייל איך וויל עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב געשריבן א בריוו פאר אייער מאן נרו יאיר וואו איך האב אים געבעטן ער זאל שוין אפלאזן אלע טענה'רייען וכו'; וויל איך אייך בעטן איר זאלט אים העלפן שלום מאכן, ווייל ער וויל און ווארט צו זיין מיט אייך וכו' נאר עס פאסט אים נישט אנצוהייבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויס צו זען פון זיין מיינונג. בעט איך אייך איר זאלט אים ווייזן א שמייכל אזוי וועט זיך אלעס טוישן. אפילו ער איז נישט גערעכט זאלט איר נישט קוקן אויף דעם, נאר איר זאלט זיין קלוג; יעצט איז נישט קיין צייט פון וועלן ווייזן ווער עס איז גערעכט, יעצט איז א צייט צו זיין קלוג און זיכער מאכן אז די שטוב צעפאלט נישט. ווייזט אים א שמייכל וועט איר זען ווי ער וועט זיך פרייען צו דעם, ער וועט צוריק שמייכלען און אנהייבן צו רעדן שיין.


ווי לאנג איז דען די גאנצע לעבן אז עס זאל זיין ווערד זיך צו קריגן... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין נט.) אז עס איז דא א פליג וואס הייסט "בַּקָא" וואס לעבט אינגאנצן איין טאג און אנשטאט זיך צו פרייען מיט'ן פאר - קריגן זיי זיך און בלאזן איינער אויפן צווייטן, די נקיבה זאגט פאר'ן זכר: "חֲזִיתֵיהּ לְבַר מְחוֹזָא דִּסְחָא בְּמַיָּא וּסְלִיק וְאִיכָּרַךְ בִּסְדִינִין, וְאוֹתִיבַת עֲלֵיהּ וּמְצַת מִינֵיהּ וְלָא הוֹדַעַת לִי", איך האב געזען ווי דו האסט געביסן א מענטש וואס איז געשווימען אין וואסער און דו האסט מיר נישט גערופן איך זאל אויך האבן בלוט צו עסן, דערפאר גיי איך נישט רעדן מיט דיר פאר זיבן יאר! זיי לעבן קוים איין טאג און זיי קריגן זיך פאר זיבן יאר... אזא פנים האבן נעבעך מענטשן וואס קריגן זיך, מען מיינט אז מען בלייבט דא אויף דער וועלט פאר אייביג בשעת דאס גאנצע לעבן איז אזוי קורץ. שוין יוצא געווען אלע שיטות זיך צו קריגן, יעצט דארף מען זען צו בויען די שטוב; זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר זעט צו זיין קלוג און זיין דער וואס בעט ערשט איבער און רעדט שיין.


איך בעט אייך מרת ... תחי', ווייזט א שמייכל פאר אייער מאן און זאגט אים שיינע ווערטער, זאגט אים: "איך האב דיר ליב", וועט איר זען אז ער וועט אייך צוריק געבן גוטע ווערטער; דאס לעבן איז אזוי ווי א שפיגל, אז מען 'שמייכלט צו א שפיגל זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אז מען ווייזט א זויערע פנים צום שפיגל זעט מען צוריק א זויערע פנים. זייט'ס פרייליך און ברענגט'ס אריין א פרייליכע אטמאספער אין אייער שטוב; אז די מאמע איז פרייליך איז יעדער פרייליך - די קינדער, דער מאן, אלע זענען פרייליך.


איך ווייס אז עס קומט נישט אן גרינג צו זיין פרייליך, בפרט פאר א אידישע מאמע וואס איז באפארעט מיט די שטוב ארבעט וכו' וכו', דאך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, בעט'ס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין אין א גוטע גוסטע און אייביג זיין גוט אויפגעלייגט. בעט'ס: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זַיין אִין אַ גוּטֶע מָאד אוּן גוּט אוֹיפְגֶעלֵייגְט; רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי דֶעפְּרֶעסְט, וַוייל אַלֶעס וֶוענְדְט זִיךְ אִין מִיר; וֶוען אִיךְ בִּין נִישְׁט גוּט אוֹיפְגֶעלֵייגְט גֵייט אַלֶעס פַארְקֶערְט וִוי אִיךְ וִויל, מַיין מַאן אוּן מַיינֶע קִינְדֶער וֶוערְן אַזוֹי צֶעבְּרָאכְן אוּן פַארְקְלַאפְּט צוּלִיבּ מִיר. הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אִיךְ וִויל תְּשׁוּבָה טוּן, אִיךְ וִויל מֶער נִישְׁט שְׁרֵייעֶן אוּן בְּלָאזְן וְכוּ' וְכוּ'".


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר שטיין ביי די שבת ליכט מיט די הענט ארויפגעלייגט אויף אייער פנים און בעט'ס און וויינט'ס צום אייבערשטן, ווייל יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און קינדער וכו' הערט דער אייבערשטער.


איך וואונטש אייך איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.