מכתב יומי
כא שבט תשפ"ו
February 08 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר האבן נאך א וואך פון די הייליגע שובבי"ם טעג, ווען מען קען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען.
ווי אזוי איז מען מתקן? ווי הייבט מען אן? וואס טוט מען? דורך לימוד התורה, בפרט לימוד משניות; דאס נעמט ארויס דעם מענטש פון עמקי עמקים, פון שאול תחתית ומתחתיו, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות די ווארט משנ"ה, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", מיר וועלן ארויסגיין פון גלות בזכות לימוד משניות; סיי בכלליות און סיי בפרטיות, די גרויסע גאולה, און אזוי אויך יעדער מענטשנ'ס גאולה.
על כן וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט זאגן יעדן טאג משניות, זאג א פרק און נאך א פרק, זאג וויפיל דו קענסט; דאס וועט ארויסנעמען אלע פלעקן פון די עבירות, עס וועט דיך מאכן ריין און שיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.