מכתב יומי

יט תשרי תשפ"ג

October 14 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש , י"ט תשרי, ג' דחול המועד סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


איך מיין אז עס איז נישטא נאך אזא דבר האבד ווי דאס אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג און דו קענסט זיך נישט צאמנעמען צו לערנען, דעריבער שרייב איך דיר אין חול המועד: הויב אן לערנען די הייליגע תורה, אפילו דו פארשטייסט נישט קיין לערנען - זאלסטו לערנען אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די תורה.


דער הייליגער זוהר זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדע ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און פלאנצט דאס איין אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): 'בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד'"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


דאס איז די גרעסטע דבר האבד, אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג אן לערנען א בלאט גמרא. חול המועד דארף מען נאך מער לערנען, חול המועד איז נישט קיין צייט וואס מען לערנט נישט, חול המועד לערנט מען און מען גייט מיט די קינדער זיך פרייען, אבער נישט אז עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי שלמה מזוויהעל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "אן גמרא האט מען א פנים פון א הונט, רחמנא לצלן".


א גוט שבת און א פרייליכן יום טוב.