מכתב יומי
כב אב תשע"ט
August 23 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת עקב – מברכים אלול, כ"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת; "וְהַכְּלָל שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין טרויעריג און דיפרעסט שבת, נאר זיין זייער שטארק פרייליך א גאנץ שבת - זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן; "וּלְהַרְבּוֹת בְּתַעֲנוּגֵי שַׁבָּת בְּכָל מִינֵי תַּעֲנוּג, הֵן אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, הֵן מַלְבּוּשִׁים - כְּפִי מַה שֶּׁיָּכוֹל, כִּי אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כֻּלָּהּ רוּחָנִיּוּת, כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ, וְעוֹלָה לְמָקוֹם אַחֵר לְגַמְרֵי מִן אֲכִילַת חֹל, כַּמְבאָר בְּמָקוֹם אַחֵר".
א גאנצע וואך ביסטו טאקע פאריאגט צו ברענגען פרנסה, אבער בָּא שַׁבָּת בָּא מְנוּחָה, שבת איז א צייט וואס די קינדער ווארטן אויף דעם; מאך שיינע סעודות און זינג זמירות ביי די סעודה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "זינגען זמירות איז אן עיקר אין אידישקייט". פאר דו מאכסט קידוש זינג שלום עליכם; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט, די מלאכים באגלייטן דיר פון שול זיי ווארטן צו זען וואס טוט זיך אין דיין שטוב, ווייז זיי וואס מיינט אן ערליכער איד; ווען דו קומסט אהיים ווייז א שמייכל פאר דיין ווייב, נעם איר ארויס פון איר צעבראכנקייט, בעט איר איבער אויף וואס עס איז געווען.
איך קען נישט מאריך זיין, איך בין זייער פארנומען אין די טעג מסדר זיין די מוסד פאר די קומענדיגע יאר - סיי די מוסד אין וויליאמסבורג און אזוי אויך די מוסד אין שטעטל, איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן מער באריכות.
א גוט שבת.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.