מכתב יומי

כ אדר ב' תשע"ט

March 27 2019

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט עפעס זען צו לערנען יעדן טאג.


געב א קוק וואו דו קומסט אן מיט תירוצים; יעדן טאג אן אנדערע תירוץ אויף אפצושטופן דאס לערנען. דו פאפסט זיך אליינס מיטן זאגן: 'מארגן וועל איך לערנען'; 'שבת וועל איך לערנען'; 'קומענדיגע וואך וועל איך לערנען'; אזוי גייען אוועק די טעג און יארן אן לערנען, אן מעביר סדרה זיין און אן עפענען די הייליגע גמרא.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט יעצט נעמען א חומש און א משניות מיט דיינע זאכן וואס דו דארפסט ערלעדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט: 'ווען איך וועל האבן צייט און איך וועל נישט זיין פארנומען, דעמאלט וועל איך לערנען', ווייל: "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין צייט; עס זענען דא מענטשן וואס זענען שטענדיג פארנומען, ממילא קען זיין אז יעדעס מאל וועלן זיי האבן אנדערע תירוצים פארוואס מען קען נישט לערנען, דעריבער דארף מען אריין כאפן צו לערנען תורה ווען מען האט נאר צייט.


נעכטן האט מיין טאטע שליט"א חתונה געמאכט מיין שוועסטער תחי'; איך האב זיך באטייליגט ביי די חתונה וואו איך האב זייער אסאך געטאנצן אויף די נס אז איך ווייס פון רבי'ן וואס געבט מיר לעבן, עס איז גרינגער צו טאנצן ביי א חתונה ווי טאנצן אליינס. ביי מצוה טאנץ האב איך אויסגערופן מיין טאטע שליט"א מיט'ן נוסח פון: 'יעמוד', 'יעמוד'; "מָה אָשִׁיב לַה' כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי" (תהלים קטז, יב) אז מען האלט שוין דא.


אויב דו ווילסט קומען מיט אונז אין קעמפ דעם זומער שנת תשע"ט זאלסטו דאס איינמעלדן און אפיס און ברענגען א דיפאזיט ווי פריער; עס ווערן נתרבה נאך און נאך תלמידים און עס קומען צו פרישע משפחות זאלסטו זען נישט ארויסצופאלן.


א גוטע נאכט.