מכתב יומי

כ אדר ב' תשפ"ב

March 23 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חסדי ה' יתברך איך פאר יעצט קיין ארץ ישראל, נאך דריי שעה קומען מיר שוין אן. איך פאר קיין בני ברק, מיר מאכן א יארצייט סעודה לכבוד דעם הייליגן צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו; זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו, איבער'חזר'ן און אויפפרישן די עצות פון רבי'ן.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק מיט'ן גיין דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין. דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער מען זאל אפשטופן דאס דאווענען, מען זאל קודם טון דאס און יענץ און מען וועט שפעטער דאווענען; דארף מען זיך זאגן: 'ניין, יעצט גיי איך דאווענען, שפעטער וועל איך שוין טון דאס און יענץ'.


ביים דאווענען לעש אויס דעם טעלעפאן, אדער לאז עס אין דיין קאר. די אלע וואס האבן פשוט'ע טעלעפאונס זאלן זיך נישט איינרעדן אז זיי קענען האבן ביים דאווענען דעם טעלעפאן און נאר די סמארטפאונס זענען א פראבלעם, דאס איז נישט אמת, ווייל ביים דאווענען איז א פשוט'ע סעלפאון אויך א שטער; עס איז א בושה צו האבן דעם טעלעפאן בשעת'ן רעדן מיט'ן באשעפער.


איך וועל מתפלל זיין פאר דיר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די וועלט איז אזוי פארגעשריטן, איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, איך שרייב דיר א בריוו. נעבן מיר זיצט א איד מיט א טעלעפאן, ער כאפט א בילד פונעם בריוו און ביז א סעקונדע שיק איך דיר א בילד פונעם בריוו דורך אימעיל...


מיר קומען שוין כמעט אן, נאך צוויי שעה. אינטערעסאנט ווי אזוי די נסיעה האט זיך אויסגעשטעלט, אין אנהויב האב איך מיך געמאכט א טיקעט אליינס, צו פארן נאר צו מיין זיידע'ס הקמת המצבה, למעשה איז געווארן א נסיעה מיט בחורים פון ישיבה. נעכטן האבן מיר אפאר בחורים געפרעגט אויב זיי קענען מיט קומען און עס זענען מיט געקומען דרייסיג בחורים, אויך דער מנהל אברהם משה נרו יאיר. מיר וועלן פארן אינאיינעם אויף קברי צדיקים, ובעיקר גיין קיין יבנאל אויסזאגן תהלים לזכות די בחורים זאלן טרעפן זייער זיווג.


דיר בעט איך א פערזענליכע בקשה, דו דארפסט זיך פארבעסערן; דו דארפסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. הויב אן רעדן שיין, ווייך און הארציג; אז מען רעדט שיין, ווייך און הארציג – ווערט שלום בית און די שכינה רוט צווישן מאן און ווייב.