מכתב יומי

כ אדר תשע"ח

March 07 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר לערנען יעצט מסכת עבודה זרה; נעכטן האבן מיר געשמועסט ביים דף גמרא שיעור פון די עבודה זרה פון בעל פעור. מוהרא"ש ברענגט פון הרב הקדוש מליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ער פרעגט (ליקוטי שיחות, ד'): עס שטייט אין ספר יהושע (יהושע כב, יז): "אֶת עֲו‍ֹן פְּעוֹר אֲשֶׁר לֹא הִטַּהַרְנוּ מִמֶּנּוּ עַד הַיּוֹם הַזֶּה", ביז היינט זענען מיר נאכנישט ריין פון די עבודה זרה פון פעור; די תורה איז דאך א נצחיות, ווי איז שייך היינטיגע צייטן די עבודה זרה פון פעור? זאגט ער, אז ווען מען נעמט נידעריגע זאכן, פסולת און דברים שפלים, און מען האלט דאס חשוב, דאס איז די עבירה פון פעור, עיין שם.


מוהרא"ש איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף שמוציגע מאוויס און שמוציגע מאגאזינען וואס ענטהאלטן נידעריגע און אויסגעלאסענע בילדער וכו', וואס דאס איז דאס ארגסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט. אז מען קוקט דאס און מען מאכט אן עסק פון דעם, דאס איז די עבירה פון פעור.


דערפאר דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן נישט האבן קיין שייכות מיט די עבודה זרה און מיר זאלן ווערן אפגעהיטן פון די יצר הרע וואס וויל אונז אריינברענגען אין דעם. ווייל ווען א מענטש היט זיך נישט די אויגן און ער קוקט שמוציגע מאוויס ווערט ביי אים אויסגעריסן זיין אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; און ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


אזוי אויך געפונען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (סנהדרין סג:): "אֵלִיָּהוּ הַצַּדִּיק הָיָה מְחַזֵּר עַל תְּפוּחֵי רָעָב שֶׁבִּירוּשָׁלַיִם", נאכן ערשטן חורבן בית המקדש איז אליהו הנביא ארום געגאנגען אין די גאסן פון ירושלים זיך אומקוקן און העלפן אידישע קינדער, ווייל עס האט דאן געהערשט א שרעקליכער הונגער, "פַּעַם אַחַת מָצָא תִּינוֹק שֶׁהָיָה תָּפוּחַ וּמוּטָל בָּאַשְׁפָּה", איינמאל האט ער געטראפן א אידיש קינד וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון הונגער און איז געלעגן אין די מיסט רחמנא לצלן, "אָמַר לוֹ, מֵאֵיזֶה מִשְׁפָּחָה אַתָּה?" האט אים אליהו הנביא געפרעגט: ווער ביסטו און וואס איז מיט דיין משפחה? "אָמַר לוֹ, מִמִּשְׁפָּחָה פְּלוֹנִית אָנִי", האט דאס קינד געענטפערט: איך קום פון א משפחה פון עטליכע טויזענט נפשות, "אָמַר לוֹ, כְּלוּם נִשְׁתַּיֵּר מֵאוֹתָהּ מִשְׁפָּחָה?" האט אים אליהו הנביא געפרעגט: אויסער דיר איז נאך איינער פון דיין משפחה געבליבן לעבן? "אָמַר לוֹ, לָאו, חוּץ מִמֶּנִּי". האט דאס קינד געענטפערט: ניין, אלע זענען שוין אויסגעשטארבן, נאר איך בין געבליבן לעבן, "אָמַר לוֹ, אִם אֲנִי מְלַמֶּדְך דָּבָר שֶׁאַתָּה חַי בּוֹ, אַתָּה לָמֵד?" האט אים אליהו הצדיק געפרעגט: ווילסט איך זאל דיר אויסלערנען א זאך וואס וועט דיר געבן לעבן? "אָמַר לוֹ, הֵן". האט דער קינד געענטפערט: אודאי, "אָמַר לוֹ, אֱמוֹר בְּכָל יוֹם שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד" האט אים אליהו הנביא געזאגט: זאג יעדן טאג דעם פסוק 'שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד', "אָמַר לוֹ, הָס. שֶׁלֹא לְהַזְכִּיר בְּשֵׁם ה', שֶׁלֹא לִימְּדוֹ אָבִיו וְאִמּוֹ", האט זיך דער קינד אנגערופן: שווייג, זאג נישט ארויס די ווערטער פון מויל, מיינע עלטערן האבן נישט געהאלטן פון דעם. פארציילט די גמרא "מִיָּד הוֹצִיא יִרְאָתוֹ מֵחֵיקוֹ וּמְחַבְּקָהּ וּמְנַשְּׁקָהּ, עַד שֶׁנִּבְקְעָה כְּרֵיסוֹ וְנָפְלָה יִרְאָתוֹ לָאָרֶץ, וְנָפַל הוּא עָלֶיהָ", דאס קינד האט ארויסגענומען פון זיין טאש זיין קליינע געטשקע און ער האט עס געקושט און געהאלדזט ביז זיין בויך האט אים געפלאצט פון הונגער און ער איז ארויף געפאלן אויף דעם געטשקע און געשטארבן.


מוהרא"ש זאגט אז ווען מען לערנט די מעשה פארשטייט מען נישט וואס ער האט ארויסגענומען פון טאש וכו', אבער היינט קען מען דאס זייער גוט פארשטיין, ווען מען זעט ווי מען טראגט אין טאש א קליינע כלי וואס מען קען זען דערויף אלע שמוץ פון די גאנצע וועלט רחמנא לצלן און דאס נעמט אוועק די לעבן. ווייל אז מען קוקט שמוץ וכו' וכו' ווערט מען זייער צעבראכן, נאכדעם זוכט מען וועגן ווי אזוי צו ווערן פרייליך, מען פאלט אראפ אין דראגס וואס דאס בלאזט אויף דעם מענטש און דאס הרג'ט דעם מענטש בגשמיות וברוחניות.


דאס איז פשט פון די מעשה, אליהו הנביא איז ארום געגאנגען העלפן אידישע קינדער, האט ער געטראפן א קינד ליגן אין אשפה אין מיסט, דאס איז ווען א מענטש קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ליגט ער אין מיסט, האט ער אים געוואלט ארויס נעמען פון דארט דורך אמונה, אבער ער האט נישט געוואלט, ווייל ברית מיט אמונה גייט צוזאמען, אז מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען די אמונה.


נאך א זאך זעט מען פון די מעשה, אז די וועג ארויס צו קריכן פון די בלאטע פון די עבודה זרה פון פעור - איז דורך ליינען קריאת שמע; מען זאל זיך חזר'ן די אמונה, אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): וואס זאל א מענטש טון ארויס צו קריכן פון זיינע שלעכטע מחשבות, מחשבות פון ניאוף? ער זאל ליינען קריאת שמע, וואס דאס איז מבטל אלע שלעכטע מחשבות. און אויב דער מענטש איז שוין זייער שטארק אראפגעפאלן אין ניאוף, זאל ער וויינען ווען ער זאגט דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", דאס וועט אים ארויס שלעפן פון זיינע שלעכטע מעשים; ווייל ווען א מענטש גלייבט אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, דאס נעמט אוועק פון אים אלע קליפות און אלע יצר הרע'ס.


איך לויף אריין צו די בחורים.