מכתב יומי

כ אדר תשפ

March 16 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדט מען נאר פון די מחלה וואס דריידט זיך ארום די וועלט: "קאראנע"; מענטשן זענען דערשראקן, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען ווייסט נישט וואס גייט פאר; קיינער כאפט נישט אז דאס איז אלעס פונעם אייבערשטן, ער וויל מיר זאלן צוריק קומען צו אים, מען זאל רעדן צו אים, מען זאל זיך מכניעה זיין פאר אים.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ברודער, אז דו ווילסט זיך ראטעווען פון די קאראנע קרענק זאלסטו נעמען די עצה פון אליהו הנביא. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סג:): "אֵלִיָּהוּ הַצַּדִּיק הָיָה מְחַזֵּר עַל תְּפוּחֵי רָעָב שֶׁבִּירוּשָׁלַיִם", נאכ'ן ערשטן חורבן בית המקדש איז אליהו הנביא ארום געגאנגען אין די גאסן פון ירושלים זיך אומקוקן און העלפן אידישע קינדער, ווייל עס האט דאן געהערשט א שרעקליכער הונגער, "פַּעַם אַחַת מָצָא תִּינוֹק שֶׁהָיָה תָּפוּחַ וּמוּטָל בָּאַשְׁפָּה", איינמאל האט ער געטראפן א אידיש קינד וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון הונגער און איז געלעגן אין די מיסט רחמנא לצלן, "אָמַר לוֹ, מֵאֵיזֶה מִשְׁפָּחָה אַתָּה?" האט אים אליהו הנביא געפרעגט: ווער ביסטו און וואס איז מיט דיין משפחה, "אָמַר לוֹ, מִמִּשְׁפָּחָה פְּלוֹנִית אָנִי", האט דאס קינד געענטפערט: איך קום פון א משפחה פון עטליכע טויזנט נפשות, "אָמַר לוֹ, כְּלוּם נִשְׁתַּיֵּר מֵאוֹתָהּ מִשְׁפָּחָה?" האט אים אליהו הנביא געפרעגט: אויסער דיר איז נאך איינער פון דיין משפחה געבליבן לעבן, "אָמַר לוֹ, לָאו, חוּץ מִמֶּנִּי". האט דאס קינד געענטפערט: ניין, אלע זענען שוין אויסגעשטארבן, נאר איך בין געבליבן לעבן, "אָמַר לוֹ, אִם אֲנִי מְלַמֶּדְךָ דָּבָר שֶׁאַתָּה חַי בּוֹ, אַתָּה לָמֵד?" האט אים אליהו הצדיק געפרעגט: ווילסט איך זאל דיר אויסלערנען א זאך וואס וועט דיר געבן לעבן "אָמַר לוֹ, הֵן", האט דער קינד געענטפערט: אודאי, "אָמַר לוֹ, אֱמוֹר בְּכָל יוֹם שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", האט אים אליהו הנביא געזאגט: זאג יעדן טאג דעם פסוק "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד".


אליהו הנביא געבט אונז אן עצה מיר זאלן נישט ווערן קראנק; מיר זאלן חזר'ן אמונה, מיר זאלן זאגן: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד". דאס נעמט אוועק אלע מחלות און אלע שלעכטס.


זינג צו זיך: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם".


איך דארף מקצר זיין, איך דארף אריין גיין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.