מכתב יומי
כא אייר תשע"ח
May 06 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז זייער א גרויסער טאג; היינט איז דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן אין אונזער דור מוהרא"ש און אז מיר האבן די זכיה צו וויסן פון מוהרא"ש.
מוהרא"ש האט גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז קליינע מענטשן מיט א מורא'דיגע קלארקייט לעובדא ולמעשה, אז מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער איז געבוירן געווארן אין די ספירה פון "חסד שביסוד", ווייל ער איז מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת היסוד; אויף זיי אלע איז מוהרא"ש מלמד זכות צום אייבערשטן אז זיי זענען נישט שולדיג, בפרט בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך.
"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף דער וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן".
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "מִי שֶׁהוּא רַחֲמָן, הוּא יָכוֹל לִהְיוֹת מַנְהִיג" ווער קען זיין א מנהג ישראל? דער וואס האט רחמנות אויף אידישע קינדער, "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְֹרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין, חַס וְשָׁלוֹם, בַּעֲווֹנוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן, כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", ווייל דער עיקר רחמנות איז ווען אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, דאס איז דער גרעסטע רחמנות פון אלע רחמנות. און דער רבי איז מסביר: "וּבֶאֱמֶת, מֵהֵיכָן בָּאִים לַעֲווֹנוֹת, חַס וְשָׁלוֹם?" ווי אזוי קען מען ארויס נעמען אידישע קינדער פון עבירות, ווייל באמת פון ווי קומט בכלל צו א מענטש ער זאל זינדיגן חס ושלום? "הוּא רַק עַל יְדֵי שֶׁאֵין לוֹ דַּעַת", דאס איז נאר ווייל ער ווייסט נישט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס עס גייט אריין אין אים א רוח שטות, ער מיינט אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס ער טוט, ער מיינט אז ער איז שוין סיי ווי פארפאלן וכו', "וְזֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִן הַכֹּל, שֶׁצְּרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ממילא איז דאס דער גרעסטע רחמנות, מען זאל אריין ברענגען אין אים דעת, ער זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט אים נאך אלץ ליב און ער קען נאך תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְֹכִּיל אֶל דָּל", וואויל איז דעם וואס ברענגט אריין שכל אין אן ארימאן, "כִּי 'אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת (נדרים מא.)' וּצְרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו, לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל, אויף די דארף מען רחמנות האבן און אריין ברענגען אין זיי שכל. דאס טוט א צדיק, ער ברענגט אריין אינעם מענטש שכל צו וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער איז אים משמח און מחזק ער זאל וויסן אז ער קען נאך אויך צוריק קומען צום אייבערשטן - אזא איינער קען זיין א מנהיג ישראל.
דאס איז געווען מוהרא"ש זכרונו לברכה, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, בשעת ער האט גארנישט געהאט און איז געווען ביי זיך צעבראכן אויף פיץ פיצלעך, אבער פון דער אנדערע זייט איז ער געווען שטארק ווי א לייב ווייטער צו מחזק זיין אידישע קינדער.
ביי די וועלט איז אנגענומען אז א צדיק איז איינער וואס זעט אויס אינטערעסאנט; ער פירט זיך אויף אנדערש פון דער סדר העולם, וואס מען דארף טון בייטאג טוט ער ביינאכט, וואס מען דארף טון ביינאכט טוט ער בייטאג, ער מאכט פאקסן וכו'. אבער מיר ווייסן וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "יֵשׁ טוֹעִים סוֹבְרִים, שֶׁצְּרִיכִין לְהַכִּיר אֶת הַצַּדִּיק אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה לְהַכִּירוֹ בְּפָנָיו בְּצַלְמוֹ וּדְמוּתוֹ, שֶׁיִּהְיֶה מְשֻׁנָּה בִּדְמוּתוֹ וּבִתְנוּעוֹתָיו דַּיְקָא, וּבֶאֱמֶת לֹא כֵן הוּא. כִּי הַצַּדִּיק הוּא בִּדְמוּת וְצֶלֶם כְּכָל הָאֲנָשִׁים וְאֵין בּוֹ שׁוּם שִׁנּוּי, וְאַף־עַל־פִּי־כֵן הוּא עִנְיָן אַחֵר לְגַמְרֵי"; מענטשן זענען זיך טועה, מען מיינט אז א צדיק דארף מען דערקענען פון אינדרויסן - פון זיין אנטון, פון זיין פנים וכו', אבער עס איז נישט אזוי - זאגט דער רבי, דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן פונקט ווי א צווייטער, נאר דער חילוק איז, אז זיין פנימיות איז גאר אן אנדערע ענין, עיין שם.
ביי מוהרא"ש האט מען נישט געזען קיין משוגעת'ן און קיין שום תנועות משונות אדער הנהגות משונות וכו'; איין זאך האט מען געזען, ווי ער גייט אויס פאר אידישע קינדער, ער האט געטון און געטון פאר א צווייטן במשך זיין גאנץ לעבן.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל (מנחות סה.): "מֹשֶׁה אוֹהֵב יִשְׂרָאֵל הָיָה", משה רבינו האט ליב געהאט יעדן איד, און וועגן דעם האט ער זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עט): "משה רבינו האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער ווייל ער האט געוואוסט דאס גרויסקייט און דאס חשיבות פון אידן; אזוי אויך איז דא אין יעדן דור צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער. זיי זענען מלמד זכות אויף אידישע קינדער אזוי ווי משה רבינו, זיי העלפן זיי זענען מחזק און מאכן פרייליך אידישע קינדער"; דאס זעלבע איז געווען מוהרא"ש, "מוֹהֲרָא"שׁ אוֹהֵב יִשְׂרָאֵל הָיָה", מוהרא"ש האט ליב געהאט יעדן איד, און עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן.
דערפאר דארפן מיר זיך זייער פרייען און דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן אין אונזער דור אזא גרויסער צדיק, און מיר דארפן גיין אין די וועגן פון דעם צדיק; מיר זאלן אויך עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים כדי מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען פון די צדיקים ווען מיר וועלן ארויפקומען אויבן אין הימל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
דעם מיטוואך וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען, זע שוין אויסצורעכענען אז דיין ווייב זאל קענען קומען, נאר דו וועסט מרוויח זיין פון דעם.