מכתב יומי

כא אייר תשפ

May 15 2020

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן דעם וועג פון שאפן אין שטוב ווי א האר שאפט אויף זיינע קנעכט; דיין ווייב איז נישט דיין קנעכט און דו ביסט נישט איר האר. זי איז נישט שולדיג אז דו האסט נישט קיין פרנסה, זי איז נישט שולדיג אויף דיינע שווערע טעג און אויף דיינע נערווען.


בעט איבער דיין ווייב; מען טאר נישט טשעפען און וויי טון די ווייב. געדענק אז דאס לעבן מיט די ווייב איז א שותפות; זי מעג האבן איר מיינונג, עס מוז נישט זיין נאר ווי דו טראכסט און ווילסט.


היינט איז די געבורטס-טאג פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וויפיל האט מוהרא"ש גערעדט און געשריבן איבער שלום בית, וויפיל האט מוהרא"ש אונז געבעטן מיר זאלן לעבן מיט ותרנות אין שטוב און אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. ווייל שלום בית איז פון די חשוב'סטע זאכן; מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אז מען קריגט זיך מיט די ווייב. דערפאר האט דער רבי אונז זייער געווארנט מיר זאלן מקפיד זיין צו מכבד זיין די ווייב, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצע הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפ ווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף אינגעלייט זיי צו צעטיילן, אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


גרייט אן די לעכט, עס איז א סגולה פאר גוטע קינדער.


א גוט שבת.