מכתב יומי
כ אלול תשע"ז
September 11 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ב' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג לכל הפחות א דף גמרא; וויסן זאלסטו אז נאר דאס וועט איבער בלייבן פונעם מענטש. קיינער וויל נישט זיין קיין ארעמאן, יעדער איינער וויל האבן געלט, און מען וויל האבן אן אייגענע הויז. ווען מען גייט אין גאס און מען זעט אן היימלאזער מענטש געבט דאס א ציפ אין הארץ, מען האט זייער רחמנות אויף אים, מען קען נישט אויסהאלטן אז מען טראכט אריין: 'וואו וואוינט דער מענטש?' 'וואו שלאפט דער מענטש וכו'?' קיינער כאפט אבער נישט אז עס דרייען זיך ארום אן א שיעור היימלאזע מענטשן ברחניות; א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות, א דף גמרא - דער מענטש איז א היימלאזער מענטש.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארימאן. ווייל ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה יעדן טאג, און ער טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען דער מענטש וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם, ווייל אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט הייזער, דארט נעמט מען נאר מיט תורה ומעשים טובים, דערפאר זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תורה טוט פארן מענטש; אפילו א מענטש זאל זיין רחמנא לצלן אין שאול תחתחית, אויב דער מענטש נעמט אויף זיך צו לערנען יעדן טאג תורה, וועט ער ארויס גיין פון אלע שלעכטס וואו ער איז אריין געפאלן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בַּמְּצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בָּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם", אפילו א מענטש וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּך, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִים בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כַּך וְכַּך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס ווי גרויס תורה איז, אז עס האט א כח ארויס צו נעמען א מענטש פון זיינע שלעכטע מעשים, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי דאס איז אויך פאר איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. האט דער רבי געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז בתפארת און ברית איז ביסוד, אויב דער מענטש וואס האט פוגם געווען בברית, ער האט קאליע געמאכט דעם יסוד, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה וואס דאס איז בתפארת וועט ער אלעס מתקן זיין און ווערן אן ערליכער איד"! (חיי מוהר"ן, סימן תקעג)
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר פארן שוין קומענדיגע וואך קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר זיין זייער פרייליך; ר' נתן האט געזאגט: "ווער עס קומט קיין אומאן אויף 'ראש השנה' האט א חלק אין די גאולה", ממילא דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר פארן קיין אומאן.
איך ווייס אז עס איז דיר שווער דאס פארן, אבערוויסן זאלסטו אז פאר יעדעם וואס פארט קומט דאס אן שווער, פארוועם איז דאס נישט שווער? פאר יעדן איז שווער, פון די אלע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן איז נישט דא קיינעם וועם עס איז נישט שווער; דער האט מניעות - ער האט נישט קיין איין פרוטה, א צווייטער האט מניעות - זיין ווייב האט אים געזאגט אז דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה, בלייב דארט און קום נישט אהיים, דער דריטער מיט זיינע מניעות; פאר יעדן איינעם איז שווער, אבער אז דער רבי האט געהייסן קומען, פאלגן מיר דעם רבי'ן אן קיין חכמות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.