מכתב יומי
כ אלול תשע"ח
August 31 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר פארן שוין דעם קומענדיגן וואך צום רבינ'ס ציון.
די וואך שבת איז די לעצטע וואך פון שנת תשע"ח וואס מיר זענען צוזאמען מיט אונזער משפחה, דעם קומעדיגן וואך וועלן מיר שוין זיין ביים רבי'ן; דעריבער דארפן מיר דעם שבת זיין זייער פרייליך, זינגען און טאנצן מיט די קינדער אז מיר זענען אידן, און מיר היטן שבת.
טאנץ מיט דיינע קינדער: "אַה מחי' שבת, אַה מחי' שבת, אַה מחי' אז איך היט שבת; שכוח באשעפער אז מיר האבן דעם שבת, העלף מיר זאלן אייביג היטן שבת און זיין פרייליך א גאנץ שבת"; אז מען פריידט זיך שבת איז מען זוכה צו גרויסע ברכות.
די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ מִשְׁאֲלוֹת לִבּוֹ", ווער עס איז מכבד דעם שבת געבט מען אים וואס ער דארף; מיר דארפן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז אנגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לְהִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָֹמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוט אויפגעלייגט.
שבת ביי די סעודה זאלסטו דערציילן שיינע מעשיות; דער עיקר דארף מען דערציילן מעשיות וואס ברענגט אריין אמונת חכמים, אז מען דארף פאלגן וואס צדיקים זאגן אונז. דערצייל פאר דיינע קינדער די מעשה וואס חז"ל דערציילן (ירושלמי ברכות כו:): "ר' יוסי בר חלפתא הוה אתי באיסמטא בליליא", דער הייליגער תנא רבי יוסי בן חלפתא איז געווען אינטערוועגנס ביינאכט, "והוה חמרא מהלך בתריה על חד בית שיח", און דער מענטש וואס האט געפירט זיין אייזל איז אנגעקומען צו א גרוב מיט וואסער, "א"ל ההוא גברא בעי מסחי", דער מענטש וואס האט געפירט דעם אייזל האט געזאגט פאר ר' יוסי אז ער וויל גיין אין מקוה זיך טובל'ן, "א"ל לא תסכן נפשך", האט אים ר' יוסי געזאגט עס איז א סכנה צו גיין ביינאכט אין א גרוב מיט וואסער, גיי נישט יעצט, "א"ל מן נדה ומן אשת איש ההוא גברא בעי למיסחי", האט דער מענטש געזאגט איך האב געטון א גרויסע עבירה איך מוז שוין גיין אין מקוה, "אפי' כן א"ל לא תסכן בנפשך", האט אים ר' יוסי געזאגט אפילו דו דארפסט גיין אין מקוה טארסטו נישט גיין ווען עס איז א סכנה, "כיון דלא שמע ליה א"ל ייחות ההוא גברא ולא יסוק", למעשה האט דער מענטש נישט געפאלגט, האט אים ר' יוסי געזאגט אז דו וועסט גיין אין מקוה יעצט וועסטו נישט ארויס קומען פון דארט, עס איז א סכנה, "וכן הוות ליה", און אזוי איז טאקע געווען, דער מענטש איז געשטארבן; זעט מען פון די מעשה צוויי זאכן, איינס אז מען פאלגט נישט וואס א צדיק זאגט שטארבט מען.
צווייטנס זעט מען אז א מענטש ווען ער זינדיגט קען ער זיך נישט ליידן, ער וויל טון סכנה'דיגע זאכן, אבער דער צדיק לערנט אונז מיר זאלן זיך ווייטער קענען ליידן, נאר מען זאל גלייך תשובה טון, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף-עַל-פִּי-כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר-כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".
אזעלכע מעשיות זאלסטו דערציילן שבת פאר דיינע קינדער, זיי אויסלערנען וואס א צדיק איז, זיי זאלן גלייבן אין די ווערטער פון צדיקים און אכטונג געבן אויף די כבוד פון צדיקים.
פארצייל זיי די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות כ:): ווען ר' זירא איז געקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווען זייער שוואך, ער האט געזוכט עפעס עסן וואס וועט אים געבן כח. איז ער געגאנגען קויפן פלייש, פרעגט ער דעם בוטשער: "בכמה הדין ליטרתא?" וויפל קאסט א פונט פלייש, "א"ל בחמשין מניי וחד קורסם", זאגט ער פאר ר' זירא פופציג דאללער מיט א שמייס, האט אים ר' זירא געפרעגט: "סב לך שיתין", אפשר געב איך דיר זעכציג דאללער און דו וועסט מיר פארקויפן די פלייש אן מיר שלאגן, "ולא קביל עילוי", האט ער נישט מסכים געווען, "סב לך ע', סב לך פ', סב לך צ', עד דמטא מאה ולא קביל עילוי", אפשר פאר זיבעציג דאללער, אכציג, ניינציג, הונדערט דאללער אן דעם שמייס? אבער דער פלייש סוחר האט נאך אלץ נישט מסכים געווען. האט אים ר' זירא געזאגט איך האב נישט קיין אנדערע ברירה: "עביד כמנהגך", טו לויט דיין מנהג, און אזוי האט דער פלייש סוחר געטון, ער האט געגעבן א שמייס פאר דעם הייליגן אמורא רבי זירא. ביינאכט ווען רבי זירא איז געקומען אין שול האט ער געפרעגט די הייליגע חכמים: "וואס איז פשט פון אייער נארישע מנהג אז מען קען נישט קויפען קיין פלייש אן כאפן א שמייס פונעם פלייש סוחר?" האבן די חכמים אים געפרעגט: "וואס רעדסטו, ווער שמייסט?" האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, "שלחון בעיי מייתיתיה ואשכחון ארוניה נפקא", האבן זיי געשיקט א שליח בית דין רופן דעם פלייש סוחר אים צו באשטראפן פארן פארשעמען א צדיק, ווען דער שליח איז אנגעקומען האט ער געזען ווי מען האלט שוין אינמיטן די לויה פון דעם פליש סוחר, האבן זיי געפרעגט רבי זירא: "כל הכין?" פארוואס ביסטו אזוי שטארק מקפיד צו הרג'נען מענטשן, האט ער זיי געזאגט: "איך שווער אז איך האב נישט מקפיד געווען, איך האב געמיינט אז דאס איז דער מנהג המקום; דאס וואס האט פאסירט אז דער פלייש סוחר איז געשטארבן ווייל דער אייבערשטער האט מקפיד געווען".
אזעלכע מעשיות דארף מען דערציילן פאר קינדער, כדי זיי זאלן אכטונג געבן נישט צו טשעפען א צווייטן איד - בפרט א תלמיד חכם א איד וואס לערנט תורה, א צדיק וואס לעבט מיטן אייבערשטן. ווייל אויב מען מאכט חוזק פון א צווייטן, מען טשעפעט אן ערליכער איד, באקומט מען חס ושלום א שטראף פון הימל.
דעם שבת זאלסטו זיך איבער בעטן מיט דיין ווייב; בעט דיר איבער יעצט ערב שבת, זאג איר אז דו גייסט אכטונג געבן פון היינט איר נישט וויי טון. עס איז זייער א גרויסע עבירה צו טשעפען א ווייב, דער אייבערשטער באשטראפט אויב מען טשעפעט א ווייב, מען פארלירט גרויסע געלטער ווען מען מאכט וויינען די ווייב. איך האף אז דו וועסט אריין לייגן מיינע ווערטער אין דיין הארץ און פון היינט און ווייטער וועסטו זיך אויפפירן ווי אן ערליכע איד.
געב איר ליבשאפט; געבן ליבשאפט פאר די וויב איז א מצוה אזוי ווי לייגן תפילין. פונקט ווי מיר קישן די תפילין און די ציצית, מיר האבן ליב די מצוות, אזוי דארפן מיר געבן ליבשאפט פאר די ווייב. דעריבער אז מיר שטייען שוין ביים ענדע פונעם יאר זאלסטו זען אז עס זאל זיין א גוטע ענדע.
דעם מוצאי שבת זאגן מיר שוין סליחות; אין ישיבה וועלן מיר זאגן ביי חצות הלילה - איינס אזייגער. מיר זאגן סליחות מיט די בגדי שבת, מיר גייען שרייען און וויינען צום אייבערשטן: "פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת"; רבונו של עולם קוק אויף דעם וואס אידישע קינדער ליידן, קוק נישט אויף אונזערע זינד, רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, וויפיל מיטשען זיך מיט שידוכים". דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.
א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.