מכתב יומי
כא אלול תשע"ט
September 21 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
מוצאי שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ"א אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר גייען שוין באלד זאגן סליחות ביי חצות הלילה, דארפן מיר געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ע): "היתכן מיר לאזן דעם אייבערשטן מאכן גזירות אויף אידישע קינדער, ווען מיר וואלטן מער געבעטן פאר אידישע קינדער, וואלטן אלע גזירות בטל געווארן"; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן סיי פאר זיך און סיי פאר אלע אידן, מען דארף טענה'ען מיטן אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע קינדער. וויפיל אידן ליידן נעבעך ביטערע מחלות, וויפיל אידישע פארפעלקער ווארטן אויף קינדער, וויפיל בחורים און מיידלעך ווארטן אויף זייער שידוך, וויפיל אידן דארפן פרנסה, מיר קענען העלפן אלע אידן דורכדעם וואס מיר וועלן מתפלל זיין פאר זיי.
מיר זאגן סליחות מיט די בגדי שבת, מיר גייען שרייען און וויינען צום אייבערשטן: "'פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת'; רבונו של עולם קוק אויף די ליידן פון אידישע קינדער, קוק נישט אויף אונזערע זינד; רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה און וויפיל אידן מוטשען זיך מיט שידוכים". דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.
שוין נישט קיין טרערן און שוין נישט קיין קרעכצן; יעדע תפילה, יעדע קרעכץ, יעדע טרער - גייט ארויף צום אייבערשטן און פועל'ט ישועות, דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן זוכה זיין שוין צו די גאולה שלימה - בכלליות ובפרטיות, יעדער זאל שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין פריוואטע גלות.
א גוטע וואך.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.