מכתב יומי

כד אלול תשפ

September 13 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', כ"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי ה' איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער פארנדיג קיין אומאן צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה ה'תשפ"א הבא עלינו לטובה.


היינט אינדערפרי האב איך זיך מתבודד געווען, איך האב געזאגט: "רבונו של עולם וואס טו איך? דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן, די גרעניץ איז פארשלאסן; איך האב א וועג צו פארן אבער איך וויל דאך פארן מיט אלע תלמידי היכל הקודש", איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז איך האב באקומען א ידיעה אז עס איז דא א וועג מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אריינצוקומען פאר די גאנצע קהילה.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין וויען, פון דארט פארן מיר קיין אדעסא און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אונז אריינלאזן און מיר וועלן זוכה זיין צו אלע תיקונים.


מיר דארפן זיך אביסל פארשטעלן ווייל די פיינטשאפט צו אידן איז זייער גרויס; ווען מען זעט א איד לאזט מען נישט אריבער די גרעניץ, האף איך אז עס וועט אלעס אריבערגיין בשלום.


איך בין געפארן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן; ביז היינט נאכמיטאג האבן מיר נאך געטראכט אז מיר וועלן פארן דינסטאג, למעשה די לעצטע מינוט בין איך געלאפן אליין.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "ווי גרעסער די מניעות - אלץ גרעסער ווערט די חשק און מען איז זוכה צו מקבל זיין מער"; וועלן מיר די יאר זוכה זיין צו מקבל זיין פון רבי'ן אלע תיקונים.


איך בעט אייך אלע אנשי שלומינו, קוקט נישט אויף די גרויסע הוצאות, בארגט די געלט און קומט קיין אומאן; עס איז דא וועגן אנצוקומען. פארבינדט אייך מיט ... נרו יאיר, ער האט א וועג ווי אזוי מען קען יא אנקומען קיין אוקריינע על פי חוק מיט א פאספארט.


דער רבי האט געזאגט: "איך זארג פאר אייערע שפעזן"; דער רבי וועט אונז משפיע זיין שפע, מיר וועלן האבן די והותר.


א כתיבה וחתימה טובה.