מכתב יומי

כ אלול תשפ"ב

September 16 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז די לעצטע שבת פונעם יאר וואס מיר זענען מיט די משפחה, קומענדיגע שבת וועלן מיר שוין זיין בעזר השם ביים הייליגן רבי'ן.


וויל איך דיר בעטן, די שבת זאל זיין אן אויסנאם שבת, א ספעציעלע שבת; בעט דעם אייבערשטן שוין יעצט: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין פרייליך שבת. הייליגער באשעפער געב מיר כח איך זאל זיך קענען שטארקן און פארטרייבן פון מיר די עצבות און מרה שחורה, הייליגער באשעפער איך פאל אלץ צוריק אריין אין א טרויעריגע מוט, העלף מיר איך זאל קענען זיין פרייליך; בפרט שבת זאל איך נישט האבן קיין פינטעלע מרה שחורה".


קום אין שול שבת צו אלע תפילות, האלט דיינע קינדער נעבן דיר. רעד נישט אין שול, שמועס נישט מיט קיינעם.


אזוי אויך זאלסטו מאכן פרייליכע סעודות. אז דו ווילסט איבערגיין ביי די סעודה די קונטרסים וואס מען שיקט אהיים פון חדר און סקול - זאל דאס זיין מיט חכמה, נישט מיט טפשות. מאך נישט קיין 'בחינה פומבי' פאר דיינע קינדער, לאז דאס פאר די ישיבות למצוינים; אז דו ווילסט פארהערן דיינע קינדער - איז דאס פריוואט, קיינער ביים טיש דארף נישט מיטהאלטן אויב ער ווייסט די ענטפערס אדער נישט. איך פיר זיך, איך גיי איבער די שאלות ביי די סעודה מיט די תשובות; איך ווארט איין סקונדע דאס קינד זאל זאגן, און נאך א סקונדע זאג איך שיין הויך די ענטפערס; א שבת סעודה איז נישט קיין פארהער.


שבת נאכמיטאג - אדער לייגסטו זיך אראפ און דו לייגסט אויך דיינע קינדער שלאפן, אדער בלייבסטו אויף מיט זיי; לאז נישט שבת נאכמיטאג די קינדער אליינס אן קיין השגחה, אלע פראבלעמען אין קדושה פאסירט ווען די קינדער זענען פריי לאנגע שבת נאכמיטאגס און לאנגע פרייטאגס וד"ל.


מוצאי שבת גייען מיר זאגן סליחות; ביי אונז איז דער מנהג אז מען זאגט ביי חצות. אין ישיבה וועט זיין א מנין, מען קומט מיט בגדי שבת.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.