מכתב יומי
כ חשון תשע"ח
November 09 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; קוק נישט אויף קיינעם, קוק נישט אויף לצים, דו טראכט נאר אז נאך אביסל וועלן מיר אוועק גיין פון דער וועלט, און דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון טון א טובה פאר א צווייטע איד.
דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א איד קומט אראפ אויף דער וועלט, עס גייט איבער אויף אים וואס עס גייט איבער וכו', אבי ער זאל א טובה טון פאר א צווייטע איד"; די גרעסטע טובה וואס מען קען טון פאר א צווייטן, אז מען געבט אים א וועג ווי אזוי ער זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, מען לערנט אים אויס ער זאל רעדן צום אייבערשטן, דאס איז די גרויסקייט פון "הפצה".
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס גייט הפצה; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי תענית ה.): עס איז געווען א טרוקעניש אין ארץ ישראל, און די חכמים האבן געמאכט א יום תפילה, מען האט געזוכט א בעל תפילה וואס זיינע תפילות וועלן אנגענומען ווערן אין הימל אפילו בשעת הגזירה, האט מען געוויזן פון הימל פאר ר' אבהו אויף א געוויסער מענטש, אז אויב ער וועט בעטן פאר רעגן וועט קומען רעגן, וכך הוה, דער מענטש האט מתפלל געווען און עס האט אנגעפאנגען רעגענען.
ר' אבהו האט זייער שטארק געוואלט וויסן פארוואס די תפילות פון דעם איד האבן אזא כח, ער האט געשיקט רופן דעם איד, ער זאל קומען צו אים, און ער האט אים געפרעגט: ווער ביסטו? און וואס טוסטו? זאגט דער מענטש פאר ר' אבהו: "איך בין א גרויסער בעל עבירה", דער איד רעכנט אויס פאר ר' אבהו פינף עבירות וואס ער טוט יעדן טאג רח"ל. האט זיך ר' אבהו זייער געוואונדערט פארוואס האט דער איד א כח אז זיינע תפילות ווערן אנגענומען, האט ער אים געפרעגט "וואס פאר א גוטע זאכן טוסטו", ענטפערט ער: "איינמאל האב איך געזען ווי א פרוי וויינט ווייל איר מאן זיצט אין תפיסה און זי דארף שאפן געלט אים ארויסצונעמען פון תפיסה, פארדינגט זי זיך פאר מענטשן צו טון עבירות מיט איר רחמנא לצלן, אזוי זאמלט זי אן אסאך געלט ארויסצונעמען איר מאן פון תפיסה, האב איך פארקויפט מיין בעט מיט מיין דעק (דאכענע) אין איר געגעבן די געלט אז זי זאל קענען אויסלייזן איר מאן פון תפיסה און זי זאל זיך מער נישט פארקויפן פאר עבירות וכו' רחמנא לצלן", האט ר' אבהו אים געזאגט: "אויב אזוי, פארשטיי איך שוין פארוואס דיינע תפילות ווערן אנגענומען".
אלע מפרשים פרעגן שוין אז דאס איז זייער שווער צו פארשטיין, אויב איז דער מענטש איינער וואס זיין גאנצע פרנסה איז פון עבירות, וואס איז די פשט אז עס זאל אים אנגיין אז א פרוי טוט עבירות? האב איך געטראכט אז דער איד איז געווען א מפיץ, ער פלעגט ארומגיין אין די פלעצער וכו' צו ראטעווען אידישע קינדער, ער אליין איז געווען א פשוט'ער איד, אבער עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז א צווייטע איד זאל נישט זינדיגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): עס איז זייער א גרויסע מדריגה אז א איד זאל טראכטן: 'אז איך קען נישט זיין אן ערליכער איד, זאל כאטש א צווייטער זיין אן ערליכער איד' - דאס איז "הפצה"; אפילו איך זע אויס ווי אזוי איך זע אויס, איך בין א געמיינער יונג וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט וכו' וכו', דאך וועל איך אוועק געבן מיין בעט פאר א צווייטן איד, איך וועל גיין הפצה - ארויסנעמען אידישע קינדער פון זייערע עבירות, און דער אייבערשטער וועט נאכדעם אננעמען מיינע תפילות.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תיקון להוצאת זרע לבטלה, שישתדל להחזיר בני אדם בתשובה", אז איינער וויל תשובה טון אויף וואס ער האט געזינדיגט אין פגם הברית, זאל ער צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; וואויל איז דעם מענטש וואס האט א חלק אין "הפצה".
די וואך איז פארגעקומען וואלן, מען האט געוויילט וכו'; זענען געקומען בחורים מיר פרעגן צי זיי קענען גיין ארבעטן פאר צוויי טעג, ווייל די וואס פירן אן דעם קאמפיין זוכן בחורים וואס זאלן שטיין אויף די גאסן טיילן צעטלעך פאר זייער קאמפיין, זיי זוכן בחורים זאלן שטיין אויפן גאס און שרייען: "שטימט פאר פלוני אלמוני"; פרעג איך די בחורים, "איז עס נישט קיין בושה פאר דיר צו שטיין אין גאס טיילן פלייערס וכו'? איך זע אז ווען עס קומט צו הפצה זאגסטו אז דו שעמסט זיך, בשעת ווען עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, גיין הפצה וואלט געדארפט זיין א כבוד זאך, איך גיי דיר מזכה זיין מיט א שיין לעבן, איך קום צו דיין טיר ווייל איך וויל דיר העלפן ארויס גיין פון דיין שווערע דעפרעסיע, איך ברענג דיר א ספד וואס דארט וועסטו זען עצות פאר דיין שלום בית".
דערפאר טייערער ברודער, מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן נאר דורך "הפצה", דארפן מיר אויך עוסק זיין אין הפצה; הלואי ווען אלע בחורים און אינגעלייט זאלן יעדן טאג עוסק זיין אין הפצה, מזכה זיין אידישע קינדער מיט אמונה, מיט תורה, מיט שלום בית, מיט תשובה וכו'.
דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד ר' יודל, ער האט געוואוינט אין א שטעטל וואס האט געהייסן דאשוב, מען האט אים גערופן ר' יודל פון דאשוב זכרונו לברכה, ער אליינס איז געווען א רבי מיט אסאך תלמידים; פאר ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען א תלמיד פון דעם הייליגן צדיק הרה"ק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו. די תלמידים פון רבי'ן פלעגן אלעס פארציילן פארן רבי'ן, יעדע קלייניקייט וואס זיי האבן געטון האבן זיי פארציילט פארן רבי'ן, איינמאל האט ר' יודל ער פארציילט פארן רבי'ן אז עס איז געווען א ברית פרייטאג, און מען האט אים מכבד געווען צו רעדן, אבער ער האט געדארפט מקצר זיין ווייל ער האט זיך געדארפט גרייטן צום שבת קודש, האט אים דער רבי געזאגט: "דאשיבע זשאלאבעס; (דאשיב'ע בטלנים) א שאד אז דו האסט נישט גערעדט לענגער, אפשר וואלסטו געקענט פועל'ן ביי נאך א מענטש אז ער זאל בענטשן מיט כוונה, נאך א מענטש זאל לערנען. דאס וואס דו זאגסט אז עס איז געווען ערב שבת און דו האסט זיך געדארפט צוגרייטן צום שבת, וואלסטו דאך געקענט טון וואס עס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רע"א, סעיף ד): 'פורס מפה ומקדש'".
זעט מען פון די מעשה אז דער רבי האט זייער שטארק געוואלט אז מיר זאלן עוסק זיין אין "הפצה" - רעדן מיט מענטשן וכדומה, כדי אריינצוברענגען אין די וועלט די עצות ווי אזוי מען קען האבן א שיינע לעבן, דורכדעם וואס מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, עד כדי כך אפילו מען וועט דארפן אוועק געבן באקוועמלעכקייטן פון לעבן, אזוי ווי דער איד וואס האט אוועק געעגבן זיין בעט אז א צווייטער זאל נישט טון קיין עבירות (ירושלמי תענית ה.) האט ער זוכה געווען אז זיינע תפילות זענען געווארן אנגענומען.
איך דארף אריין גיין צו די בחורים לערנען מיט זיי, בלייבזשע מיר געזונט.