מכתב יומי

כ חשון תשע"ט

October 29 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וויפיל איך זאל דיר מסביר זיין דאס גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא קענסטו זיך נישט פארשטעלן וואס דאס טוט פארן מענטש; עס פארברענט אלע קליפות און עס וואשט אפ דעם מענטש פון אלע עבירות.


דעריבער בעט איך דיר טייערער.., זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נאך נישט וואס דו זאגסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די הייליגע צדיקים: "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו וועסט לערנען גמרא, דעמאלט: "זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא" – דאס איז א לשון פון 'לְזַמֵּר אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֵת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה', וואס דאס מיינט מען די נשמה פונעם מענטש; ווען א מענטש לערנט אסאך גמרא איז ער זוכה צו פארשניידן אלע קליפות און משחיתים וואס ער האט באשאפן פון זיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; און מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, אז אלעס לאזט דער יצר הרע טון - ביז א דף גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט האבן צוטון מיט קיין שום מחלוקת; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; זיין זאך איז מחלוקת און מען דארף אנטלויפן דערפון ווי פון פייער. דער יצר הרע שטעלט א פנים אז די מחלוקה איז לשם שמים און דאס איז זייער מסוכן ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן; ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו רעדן אויף א צווייטן וכו'.


ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פרובירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער עס גייט אים נישט, דאן קומט ער צו זיי מיט א פרומע'ן שלייער; ער פלאקערט אויף א מחלוקת, וואס דאס איז דער ערגסטע זאך ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון שלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום) און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת (דרך ארץ זוטא, פרק ט).


מיטוואך וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען, זע צו מאכן דיינע פלענער צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.


א גוטן טאג.