מכתב יומי

כ טבת תשע"ט

December 28 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך שבת איז דער ערשטער שבת פון די ימי השובבי"ם, דארפן מיר זיין זייער פרייליך אז מיר זענען זוכה צו היטן דעם שבת.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מדרש (תנחומא בראשית, ג): "כְּבוֹד שַׁבָּת עָדִיף מֵאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", אז מען פריידט זיך שבת און מען איז מענג דעם שבת איז אזוי ווי מען וואלט געפאסט טויזנט תעניתים; דאס איז וואס מיר קענען נאך טון צו מתקן זיין אונזערע עבירות.


דעריבער קומט דער יצר הרע וואס האט זייער מורא אז מיר וועלן אלעס פאררעכטן און ער ווארפט אריין דעם מענטש אין א קטנות און מאכט כל מיני בלבולים אבי מען זאל נישט זיין פרייליך; דארפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן שוין פון פרייטאג אינדערפרי אדער נאך פריער: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך שבת, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן דעם שבת, א גאנץ שבת זאל איך נאר טאנצען און שפרינגען און זיך פרייען מיטן הייליגן שבת".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מען ריקט זיך זייער שנעל פאראויס מיטן נייעם בנין אין אומאן, מען זעט שוין דעם בנין כמעט אינגאנצן פארטיג פון אינדרויסן; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו "וְהַרְאֵנוּ בְּבִנְיָנוֹ, וְשַׂמְּחֵנוּ בְּתִקּוּנוֹ". פון דעם בנין וועט ארויס גיין א ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, אזוי ווי מען זעט שוין יעצט ווי די דיבורים גייען צוביסלעך אריין אין אלע פלעצער און אין אלע חסידות'ער; פון אלע קרייזן הערט מען ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיטן רבינ'ס ווערטער.


איך דאנק דיר פערזענליך פארן מיר העלפן און פאר זיך אליינס העלפן; אויף וואס דארף איך דעם גאנצן בנין? איך האב נישט וואס צו טון נאר מאכן חובות?! נאר וואס דען? איך דארף עס נאר צו היטן אויף דיינע קינדער.


נעכטן האב איך ארויס געשיקט א נישט געזונטער בחור פון ישיבה; א יונגער בחור איז מיר שטילערהייט צוגעקומען זאגן אויף דעם בחור אז ער איז נישט מסודר, האב איך אים געפרעג פון ווי ער ווייסט אז ער איז נישט געזנט? האט ער מיר געזאגט אז ער איז נאכגעלאפן קינדער אין אומאן אינעם האטעל וואו איך בין אמאל איינגעשטאנען, און זאגט מיר אויף זיך אליינס: "מיר אליינס איז ער נאכגעלאפן א גאנץ ראש השנה און מיר נאר געוואלט אנכאפן רחמנא לצלן"; האב איך געזען דאס וויכטיגקייט פון האבן אן אפגעהיטענעם פלאץ, און איך האב זיך געפריידט אז מיר האבן ריינע ד' אמות וואו מיר וועלן קענען אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער.


פאריגע וואך פרייטאג צו נאכטס האב איך געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה. געווענליך גיי איך נישט ארויס פון בית המדרש אינמיטן דאווענען, אבער פאריגע וואך נאך שמונה עשרה איז מיר אריינגעקומען א מחשבה: 'לאמיר ארויס גיין קוקן וואס טוט זיך אינדרויסן', אזוי ווי איך קום ארויס קומט מיר אנקעגן א יונגערמאן וועלכער איז דעמאלט אנגעקומען אין בית המדרש, זאג איך אים: "זיי מוחל, דו קענסט נישט דא אריין קומען", פרעגט ער מיר: "פארוואס?" זאג איך אים: "ווייל דא איז א פלאץ וואו קינדער און בחורים דרייען זיך, און א בחור האט מיר דערציילט אז דו האסט אים באצווינגען צו טון אן עבירה!" ער איז געבליבן שטיל, און איך זאג אים די נאמען פון ווער עס האט מיר עס דערציילט, האט ער זיך מודה געווען און גלייך געכאפט פיס און אנטלאפן. עס איז געווען ממש מן השמים אז איך זאל אים טרעפן אינדרויסן און די גאנצע פארשיקן זאל דורך גיין אן קיין געראטשקע.


מענטשן פרעגן מיר פארוואס עס פעלט אויס צו רעדן אזויפיל פון זיך אכטונג געבן פון מניוולים, בשעת וואס איך טראכט שטענדיג צו מיר: 'ווער ווייסט צי איך האב שוין גענוג גערעדט?!' ווען מענטשן זאלן וויסן וואס טוט זיך אין גאס רחמנא לצלן, ווי יונגע בחורים און מיידלעך ווערן אויסגענוצט פון קראנקע מענטשן רחמנא לצלן וואלטן אלע געבעטן: "רעד נאך, רעד נאך; מיר ווילן זיין רואיג מיט די קינדער".


איך שיק דיר מיט א בילד וואו מען ארבעט פלייסיג אין אומאן כדי דו זאלסט זען וואו דיין געלט גייט; איך האב געשיקט קיין אומאן די לעצטע צוויי וואכן כמעט הונדערט טויזנט דאללער צו ענדיגן דעם בנין פון אינדרויסן. איך וויל נישט עס זאל אריין רעגענען אינעם בנין אזוי ווי פאראיאר; געדענקסט דאך ווי עס האט אריין געגאסן און אריין גע'מבול'ט א גאנץ ראש השנה, דער בנין איז געשווימען וואו אין וואסער, דערפאר וויל איך יעצט ענדיגן דעם בנין.


קוק נישט אן דעם בנין ווי א זייטיגע זאך וואס פעלט בכלל נישט אויס, בשעת וואס ביי אונז איז פארן קיין אומאן אויף ראש השנה די וויכטיגסטע זאך. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה; מיר פארן אלע יארן אויף ראש השנה, און נישט נאר מיר אליינס פארן נאר מיר ברענגען מיט אלע אונזערע קינדער פון די זיבן יאר, דעריבער דארפן מיר זארגן אויף א פלאץ וואו מיר זאלן זיין אינאיינעם.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין טיקעט'ס פאר ראש השנה שנת תש"פ הבא עלינו לטובה; דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל זוכה זיין צו זיין נאך אמאל אין מיין לעבן ביים הייליגן רבי'ן מיט מיינע קינדער.


מיר קוקן נישט אויף קיין מניעות און אויף געלט, אויף גארנישט; מיר טוען דעם הייליגן רבינ'ס רצון מיט מסירות נפש. דעריבער האבן מיר געדארפט אריין שפרינגען אין אזא גרויסע פראיעקט צו בויען א בנין כדי צו האבן א פלאץ פאר אונז און פאר אונזערע קינדער; געב עס נאך א יאר צוויי איז דער בנין קליין, נאר פאר אנשי שלומינו מיט די קינדער. עס קומען יעצט ארויף פרישע כיתות קינדער וואס ווערן שוין פינף זעקס יאר, און אלע ווילן מיר זוכה זיין צו די הבטחה וואס דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו פאר יעדן קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר, וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; וואס נאך דארפן עלטערן אויסער ערליכע דורות? וואס נאך קענען זיך עלטערן וואונטשן ווי אזא ברכה און הבטחה אז מען וועט קענען חתונה מאכן די קינדער ריין און הייליג אן קיין פלעקן פון עבירות, אן נכשל ווערן אין פגם הברית?


יונגעלייט פרעגן מיר צי עס איז טאקע וויכטיג צו נעמען די קינדער יעדעס יאר פון די זיבן יאר און ווייטער, אדער מיט איינמאל איז מען יוצא? אמת, עס קאסט טייער, אבער איך טראכט צו מיר: 'וואס איז געלט חשוב קעגן ערליכע דורות?!' מיר קאסט עס אויך געלט, איך פאר קיין אומאן דאס יאר מיטן אייבערשטנ'ס הילף מיט פינף קינדערלעך בלי עין הרע. מאך זיך א חשבון, אויב א טיקעט קאסט נאר טויזנט דאללער קומט דאס אויס צו זעקס טויזנט דאללער; אודאי קאסט עס געלט, אבער מיר טוען אלעס אויף דער וועלט אז אונזערע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג.


מאך פרייליך דיין ווייב; דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הפסוקים פרשת כי תשא, סימן לא; ועיין ברא"ש בבא קמא ז, יט) אז די ראשי תיבות פון: וְשָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת איז 'ביאה', וואס קומט אונז ווייזן אז שבת דארף מען זען צו זיין צוזאמען מיט די ווייב; דערפאר פארלייגט זיך דער יצר הרע אז עס זאל זיין קריגערייען אין שטוב צווישן מאן און ווייב, כדי מען זאל בלאזן איינער אויפן צווייטן אזוי רעדט מען נישט און מען איז נישט צוזאמען. דערפאר זאלסטו פראבירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך שבת.


א גוט שבת.