מכתב יומי

כ כסלו תשע"ח

December 08 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זען צו זיין פרייליך שבת; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיך לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל; דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, ביז מען גייט אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות עס זאל זיין שלום אין שטוב; דו פון דיין זייט זיי מוותר, זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך נישט אויסצופירן, נאר פרוביר מיט אלע כוחות עס זאל זיין שלום. שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:), אין א שטוב וואו עס איז דא שלום, דארט רוהט דער אייבערשטער. דו זאלסט טון אלעס אויף דער וועלט עס זאל א שיינע שבת אין שטוב, אפילו דו האלסט ביי דיר אז דו ביסט גערעכט, דאך זאלסטו זיין דער וואס איז קלוג, און בעט איבער דיין ווייב, וועסטו האבן א שיינע שבת.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יב): "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", עס איז נישט גענוג אז מען איז בשלום מיט א צווייטן, נאר מען דארף נאכלויפן דעם שלום, מען דארף זיין א רודף שלום. מען דארף זיין דער וואס בעט קודם איבער, דער וואס הייבט אן ברעכן די אייז; אסאך מאל איז דא א מחלוקה צווישן מאן און ווייב, עס גייט אריבער א שטיק צייט וואס מען רעדט נישט איינער מיטן צווייטן, דארף מען זען צו זיין דער וואס הייבט ערשט אן צו ברעכן די שטילקייט וואס הערשט צווישן מאן און ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נג.): "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, יִמָּחֶה שְּׁמִי עַל הַמָּיִם, כְּדֵי לַעֲשֹוֹת שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", דער אייבערשטער זאגט: "זאל מיין נאמען ווערן אויסגעמעקט, אבי עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב", איז דאך זיכער אז דו מעגסט לייגן דיין כבוד אין דער זייט אז עס זאל זיין שלום צווישן דיר און דיין ווייב.


איך בין נעכטן צוריק געקומען פון ארץ ישראל, איך בין אהין געפארן ממש נאר פאר איין טאג, זיך צו משתתף זיין ביי די לויה פון מיין באבע עליה השלום. אויפן וועג איז געזיצן נעבן מיר אן אלטער איד מיט א שיינע ווייסע בארד, אזוי שמועסענדיג פרעג איך אים וואו קומסטו וואו גייסטו? זאגט ער מיר אז ער קומט פון א שמחה, פרעג איך אים: "פארוואס האסטו נישט געברענגט דיין ווייב?" הייבט ער חוזק מאכן: "מיין ווייב? נאך דאס פעלט מיר אויס, מיין ווייב זאל קומען מיט מיר".


איך האב גלייך געדאנקט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו זיין אין רבינ'ס חדר וואו מען הערט נישט אזעלכע דיבורים - נישט פון יונג און זיכער נישט פון אלט, ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית.


בקיצור, דער איד האט אנגעטראפן א פרוי וכו', און ער האט געשמועסט מיט איר אפאר שעה אן אן אויפהער, האב איך שוין פארשטאנען ווי אזוי עס קומט צו א מענטש חוזק מאכן פון זיין ווייב, אז מען איז א מניוול, מען זיצט און מען היט זיך נישט די אויגן, איז שוין אלעס פארענטפערט.


איך בעט דיר זייער, מיר שטייען יעצט ערב חנוכה, חנוכה איז א צייט פון זיך באנייען. הייב אן פון דאסניי צו לעבן מיט שלום און ליבשאפט אין שטוב; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א ווייב, פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע טעג און נעכט מיט חברים וואס דו וועסט גארנישט האבן פון זיי, ענדערש זיץ אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, זיי וועלן דאס געדענקען אויף שטענדיג.


א פרייליכן שבת.