מכתב יומי

כ כסלו תשע"ט

November 28 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעכטן נאכט האבן מיר געהאט א סעודת סיום אויף 'מסכת מנחות' ביי האברך ... נרו יאיר אין שטוב; מיר האבן שוין נעכטן מסיים געווען די מסכתא און געמאכט דעם סיום פאר אלע אינגעלייט וואס האלטן מיט דעם שיעור, ווייל היינט נאכט קומט פאר די 'אסיפת הורים' פאר די מאמעס פון אונזער סקול און מיר וועלן דארפן בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער.


היינט פארמיטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען נאך א סיום, דאס מאל אין כולל היכל הקודש פאר די אינגעלייט וואס לערנען און האבן מסיים געווען די מסכתא; די כולל אינגעלייט הייבן אן זייער טאג מיטן דף גמרא, אזוי האט מוהרא"ש איינגעפירט אין כולל אין יבנאל אז מען זאל אנהייבן דעם טאג מיט א בלאט גמרא, ביי אונז אין כולל האבן מיר אויך איינגעפירט אז מען הייבט אן דעם טאג מיט גמרא און נאכדעם גייט מען צו הלכה.


איך בין געווען אין יבניאל די וואך וואו איך האב נאכאמאל געזען וואס מוהרא"ש האט געטון, מוהרא"ש האט אויפגעבויט א הערליכע שטאט אינמיטן א וויסטן מדבר; עס וואוינען דארט הונדערטער משפחות יראים ושלמים וואס פירן זייער לעבן מיט די תורה. איינע פון די יסודות וואס מוהרא"ש האט דארט אוועק געשטעלט איז אז יעדער אינגערמאן זאל קומען אין כולל, אפילו די וואס ארבעטן און גייען הפצה זאלן אויך קומען לערנען יעדן אינדערפרי דעם דף גמרא, ווייל נאר אזוי האלט זיך אידישקייט - אז מען לערנט תורה; תורה איז דער יסוד פון א איד.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א גאנצע קהילה וואס לערנען יעדן טאג גמרא; אלע בחורים, אינגעלייט און אפילו קינדער האבן היינט מסיים געווען 'מסכת מנחות'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): אויפן פסוק (מלאכי א, יא): "וּבְכָל מָקוֹם מֻקְטָר מֻגָּשׁ לִשְׁמִי", - אֵלּוּ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הָעוֹסְקִים בַּתּוֹרָה בְּכָל מָקוֹם, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶן כְּאִילוּ מַקְטִירִין וּמַגִּישִׁין לִשְׁמִי, ווען א מענטש לערנט תורה איז דאס חשוב ביים אייבערשטן אזוי ווי מען ברענגט קרבנות אין בית המקדש; ווייל ביים אייבערשטן איז חשוב לימוד התורה מער פון אלע קרבנות.


איך האף אז דו וועסט אויך אנהייבן מארגן 'מסכת חולין' און לערנען כסדרן יעדן טאג א דף; אפילו ווען דו ביסט אויסגעמוטשעט און דיין מח איז נישט מיט דיר צוליב די שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא וועסטו אלעס פאררעכטן. היינט איז דא צו באקומען גמרות מנוקד מיט פינטלעך, אזוי אז אפילו איינער וואס האט קיינמאל נישט געלערנט קען אויך זאגן די ווערטער פון די גמרא.


איך ווארט צו הערן פון דיר אויב דו הייבסט אן מסכת חולין; עס גייט מיר אין לעבן אויסצופירן וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן, אז איך זאל אריין ברענגען אין אלע תלמידים צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. ברוך השם אלע תלמידים לערנען יעדן טאג דעם דף חק ולא יעבור, איך וויל אז דו זאלסט אויך זיין א חלק פון אונזער הייליגע חבורה.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין – דעם קען מען שוין נישט אפנארן"; מיר האבן שוין טועם געווען פון די אונגארישע וויין, מוהרא"ש האט אונז געגעבן קלארע וויין, אונז קען מען נישט פארקויפן קיין 'אורות' מיט 'דמיונות', מיר קוקן גלייך וואס מיר האבן אין די האנט.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.