מכתב יומי

כ ניסן תשע"ח

April 05 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הגם מען טאר נישט שרייבן חול המועד אבער א דבר האבד מעג מען יא שרייבן, בפרט צו ראטעווען א איד וואס האט פארלוירן זיין שכל און דורך דעם לערנט ער נישט קיין תורה און ער דאווענט נישט, ביי דעם איז דא א מצוה אים צו מחזק זיין און אים שטארקן, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער.


היינט נאכט איז שביעי של פסח וואס איז זייער א גרויסער נאכט; אין דעם נאכט זענען די אידן אריבער געגאנגען דעם ים סוף און זענען צוגעקומען צו די גרעסטע מדריגות, אזוי ווייט אז (מכילתא דשירה, ג): "רָאֲתָה שִׁפְחָה עַל הַיָם מַה שׁלֹא רָאָה יְחֶזְקֵאל הַנָּבִיא", אפילו א פשוט'ע דינסט האט געזען און געשפירט אזא מין געטליכקייט, נאך מער ווי די נביאים; מיר קענען אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגה, צו שפירן דעם אייבערשטן און צו לעבן מיט אמונה.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סוטה ל:): "בְּשָׁעָה שֶׁעָלוּ יִשְׂרָאֵל מִן הַיָם נָתְנוּ עֵינֵיהֶם לּוֹמַר שִׁירָה, וְכֵיצַד אָמְרוּ שִׁירָה? עוֹלָל מוּטָל עַל בִּרְכַּי אִמּוֹ וְתִינוֹק יוֹנֵק מִשְּׁדֵי אִמּוֹ; כֵּיוָן שֶׁרָאוּ אֶת הַשְּׁכִינָה, עוֹלָל הִגְבִּיהַּ צַוָארוֹ, וְתִינוֹק שָׁמַט דָּד מִפִּיו, וְאָמְרוּ: 'זֶה אֵלִי וְאַנְוֵהוּ' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלָלִים וְיוֹנְקִים יִסַּדְתָּ עוֹז", די קליינע קינדער וואס האבן נאך נישט קיין שכל, האבן אויך געדאנקט דעם אייבערשטן, "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר, אֲפִילוּ עוּבָּרִים שֶׁבִּמְעֵי אִמָּן אָמְרוּ שִׁירָה", אפילו די קינדער וואס זענען נאך געווען במעי אמן האבן אויך געדאנקט דעם אייבערשטן; זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען אויך צוקומען שביעי של פסח צו אזא גרויסע מדריגה, אז מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


טייערער ברודער, שטארק דיר; אפילו דו שפירסט זיך ווייט פונעם אייבערשטן, דו טראכסט אז דו ביסט שוין פארפאלן וכו'; דו ווייסט נישט צי דו וועסט נאך זוכה זיין זיך ארויס צו זען פון דיינע מעשים, זאלסטו קוקן אויף יצאת מצרים. די אידן זענען געווען איינגעזינקען אין די מ"ט שערי טומאה, זיי זענען ארויס פון דארט און זענען צוגעקומען צו די גרעסטע מדריגות; דאס גייט אן ביי אונז אויך, יעדער איד קען זוכה זיין זיך ארויס צו זען פון זיין גלות מצרים, אויב מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצות - מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לערנט די הייליגע תורה.