מכתב יומי
כד ניסן תשפ
April 18 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני ב', כ"ד ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
האסט אודאי געהערט די ביטערע גזירה, אז די רעגירונג לאזט נישט צוריק עפענען די חדרים ביז נאך א חודש נאך פסח און עס קען זיין אז זיי וועלן דאס פארלענגערן; מיר דארפן וויינען און שרייען צום אייבערשטן אז די גזירה זאל בטל ווערן, ווייל די גזירה איז אן ערגערע גזירה ווי די גזירה פון קאראנע.
די גאנצע וועלט שטייט אויף דאס לערנען פון די תינוקות של בית רבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָךְ יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פון הימל וואס וויל חרוב מאכן די גאנצע וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּךְ כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", ביז ווען דער אייבערשטער זעט די קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, דעמאלט זאגט דער אייבערשטער פאר דעם מלאך "האלט!" קום צוריק און מאך נישט חרוב; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שיר השירים רבה א, ד) אויפ'ן פסוק (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", אז די גאנצע וועלט שטייט אויף דאס לערנען פון די ריינע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די גזירה זאל בטל ווערן, מען זאל צוריק עפענען די חדרים און ישיבות בקרוב.
מיר וועלן ווייטער טיילן עסן אין וויליאמסבורג סיי פאר די אינגלעך, סיי פאר די מיידלעך און אויך פאר די בחורים; פון מארגן - זונטאג - וועט מען טיילן יעדן טאג עסן. די געטרייע מלמדים וועלן טיילן עסן פאר די קינדער, די איבערגעגעבענע טיטשערס וועלן טיילן עסן פאר די מיידלעך און איך וועל אם ירצה ה' טיילן פאר די בחורים; די זמנים וועט זיין: זונטאג צען אזייגער און במשך די וואך ניין אזייגער אינדערפרי.
מיר האבן אפגעשמועסט מיט'ן מנהל און מנהלת אז מען וועט נישט קענען קומען נעמען עסן ווען מען וויל, די בנין וועט זיין פארשלאסן במשך דעם טאג און מען וועט נישט עפענען דעם בנין פאר קיינעם; מען וועט נישט געבן קיין עסן נאר דורכאויס די וואך פון ניין אזייגער ביז ניין דרייסיג און זונטאג פון צען ביז צען דרייסיג.
פינף אזייגער וועל איך געבן עסן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר די בחורים.
דער בריוו איז פריוואט פאר דיר, דו דארפסט נישט רעדן צו אנדערע; וואס דארף מען אנרייצן אנדערע וואס באקומען נישט קיין עסן וכו'.
איך וועל פרובירן מען זאל דאס אויך צו טון אין קרית יואל; איך וועל רעדן צו אינגעלייט זיי זאלן דאס אויך נאכטון אין קרית יואל, רחמנות האבן אויף די קינדער און זיי געבן עסן.
זע דו זאלסט אויך עפעס עסן; אן תורה האט דער מענטש נישט קיין עסן, אן תורה האט דער מענטש גארנישט. אן תורה איז דער מענטש אן ארעמער מענטש, א נאקעטער מענטש, א טויטער מענטש. א שאד זאלסט נישט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי; א מחי' ווען מען לערנט אביסל תורה, דעמאלט ווערט מען געראטעוועט פון קאראנע, אזוי ווי מיר האבן היינט געזאגט אינעם הדרן אויף ירושלמי מסכת פסחים: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹ"ת", דאס מיינט מען די אלע וואס זיצן און רעדן פון די קאראנע וויירוס; קאראנע ארויף, קאראנע אראפ, מען כאפט נישט אז מיר זענען אלע דא פאר א שטיקל צייט, קיינער איז נישט דא פאר אייביג.
זע צו רעדן שיין צו דיין ווייב, האב שכל.
א גוטע וואך.