מכתב יומי

כ שבט תשע"ח

February 05 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


מיר שטייען שוין אין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם, די צייט ווען עס איז מסוגל צו פאררעכטן וואס מיר האבן פוגם געווען. מיר האבן נישט קיין כח צו קיין תעניתים און סיגופים; קוים וואס מיר האבן כח צו פאסטן די פאר מאל וואס מיר דארפן פאסטן, ווי קענען מיר טון וואס דער הייליגער אריז"ל זאגט אז אויף יעדע מאל וואס א מענטש איז פוגם בברית דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים...


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר וואס דארף ער פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן"; ווייל אז מען ווייסט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן דארף מען נישט טון קיין שווערע עבודות צו זיין אן ערליכער איד, און אז מען ווייסט נישט פון די עצות פון רבי'ן, וואס האט מען אז מען פאסט און מען טוט שווערע עבודות.


איינע פון די זאכן וואס דער רבי זאגט אז דאס איז א סגולה תשובה צו טון, איז זאגן תהילים; דאס איז א זאך וואס מיר אלע קענען טון. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהלים; דאס קענען מיר טון, דאס איז נישט אזוי שווער אזוי פאסטן, נאר די שוועריקייט וואס תהילים האט איז די אמונה וואס מען דארף גלייבן אין דעם. דערפאר זענען מענטשן מזלזל אין זאגן תהילים ווייל מען שפירט נישט אז מען האט געטון א גרויסע זאך וכו'; עס איז גרינגער פאר א מענטש צו פאסטן ווען ער שפירט אז ער טוט עפעס א גרויסע עבודה וכו' ווי פשוט צו זאגן תהילים.


דערפאר זענען מיר דא ביים רבי'ן; דער רבי ברענגט אריין אין אונז תמימות ופשיטות, מיר זאלן זיך פירן פשוט אן חכמות וכו'. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צו געקומען צו אלע מיינע מדריגות ווייל איך האב זיך געפירט פשוט".


דער רבי האט פארציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו און זיין חבר איז געווען זייער צעבראכן, האט ער געפרעגט זיין חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטליך מיט בכיות, און ער האט געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך", אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן; זעט מען צו וואס א מענטש קען צו קומען אז ער פירט זיך בתמימות ופשיטות.


עס וועט קומען א צייט וואס מיר וועלן טראכטן: 'א שאד איך האב נישט אנגענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות, א שאד וואס איך האב נישט געזאגט יעדן טאג קאפיטלעך תהילים'. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיר נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין מדריגה אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט". 


זיי פרייליך און מאך פרייליך אלעמען ארום דיר.