מכתב יומי

כא שבט תשע"ט

January 27 2019

בעזרת ה' יתברך


                                      יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך קובע זיין א שיעור אין גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְּךָ בֶּן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה איז א פרייער מענטש און ער איז זוכה רייך צו ווערן.


גיי אין בית המדרש דאווענען שחרית וועסטו זוכה צו האבן פרנסה; פון לויפן מאכן געלט וועסטו גארנישט האבן. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט אמאל געזען ווי איינער לויפט, האט ער אים אפגעשטעלט און געפרעגט: "זאג מיר, וואו לויפסטו?" האט דער איד געענטפערט: "צו מיין ארבעט, כדי צו מאכן געלט", פרעגט אים דער הייליגער קדושת לוי: "ווער זאגט אז דו לויפסט צו דיין פרנסה, אפשר אנטלויפסטו גאר פון דיין פרנסה?" דאס זעלבע זאג איך דיר: "לויף ענדערש אין שול, דורכדעם וועסטו האבן פרנסה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.