מכתב יומי

כ שבט תשפ

February 15 2020

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מארגן וועט זיין א שיינע פארשטעלונג (פלעי) וואס אונזערע תלמידות פון "בית פיגא" שטעלן פאר; איינע פון די מעשיות וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה י), די מעשה פונעם בערגער מיט'ן ארעמאן. דער רבי זאגט אז די מעשיות וועקן אויף פון שלאף; אפילו ווער עס שלאפט, ער לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן, אלעס איז אים אזוי ווי א חלום. זע צו העלפן דיין ווייב מיט די קינדער אז זי זאל קענען קומען זיך באנייען, זיך אויפוועקן פון שלאף.


מען וועט שפילן די פלעי דריי מאל, מארגן נאכמיטאג, מארגן נאכט און נאכאמאל מאנטאג נאכט, אין די זאלן פון עדן פאלעס, דער בנין נעבן די ישיבה.


דער רבי האט דערציילט, אמאל איז א קעניג געגאנגען אין וואלד כאפן א שיינעם הערש, פלוצלינג איז אנגעקומען שווארצע וואלקענעס, מען האט מורא געהאט אז עס גייט קומען א שטארקע גאס רעגן, אלע וואס זענען מיטגעגאנגען מיט'ן קעניג האבן אנגעפאנגען אהיים גיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, אז איר ווילט קענט איר צוריקגיין, איך בלייב דא", דער רבי האט אויסגעפירט און געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין".


דאס זאג איך דיר אויך, איך גיי נישט אויף צוריק, איך בלייב מיט מוהרא"ש ווי לאנג איך לעב, איך וועל פרובירן צו העלפן כאפן דעם הערש; מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער הערש וואס דער רבי וויל כאפן? צבי – באטרעפט 102, אזוי אויך אמונה – איז 102, דער רבי וויל אריין ברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט, דעם אייבערשטן, אז אלע זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער ברענגט עס אריין אויף אלע אופנים, אבי מען זאל לעבן מיט תכלית, עס זאל שוין מקוים ווערן לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַי.


ברענג דיינע טעכטער צום פלעי, זאלן זיי אויפוואקסן מיט דעם וויסנשאפט אז עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע תכלית - נאר צו דינען גאט ברוך הוא; צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה און צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל סיי וואס.


איך האב פאר דיר א ראפעל ביכל, איך וויל דיר עס געבן; מיט אביסל מי קענסטו מיר אסאך העלפן.


א גוטע וואך.