מכתב יומי

כ תשרי תשפ"ג

October 15 2022

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש, כ"א תשרי, הושענא רבה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט הויבט זיך אן די גרויסע טאג: "הושענא רבה". אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת צו, לב ע"א): "בְּהַאי יוֹמָא" אינעם היינטיגן טאג הושענא רבה, "פָּקִיד מַלְכָּא לְמֵיהַב פִּתְקִין לְסַנְטִירָא" שיקט דער אייבערשטער ארויס די קוויטלעך, "וּמִסְתַּיְּימֵי דִּינִין, וְאַסְתִּים לִישָׁנָא בִּישָׁא מֵעָלְמָא" אלעס וואס מען האט אנגעשריבן ראש השנה און גע'חתמ'עט אום יום כיפורים - שיקט מען היינט ארויס; קען מען נאך היינט נאכט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל צערייסן דעם ערשטן צעטל און איבערשרייבן א נייעם צעטל.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען קען זיך טענה'ען: "אייבערשטער איך דארף א נייע גוטע צעטל, אייבערשטער איך גיי זיין גוט, איך טו תשובה, געב מיר א גוט יאר, א יאר מיט שפע, א יאר מיט ברכה".


היינט נאכט איז א נישט פשוט'ע נאכט, נעם עס נישט אן פאר גרינג; די גאנצע יאר, אלעס וואס גייט זיין די יאר איז אנגעהאנגען אין די נאכט. גיי אין שול הערן משנה תורה, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט א שעה מיט צוואנציג מינוט; ביי אונז פירט מען זיך, דער בעל קורא ליינט און דער עולם הערט אויס, דאס מאכט א גרויסער רעש אין הימל. און אויב דו קענסט אויסזאגן ספר תהילים איז זייער גוט, און אז נישט זאלסטו כאטשיג זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; דאס איז אזוי ווי מען זאגט גאנץ תהילים, און בעט דעם אייבערשטן אז מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן, די יאר זאל שוין זיין די ענדע פון די לאנגע גלות. בעט דעם אייבערשטן פאר א יאר מיט מנוחה, א יאר מיט ישוב הדעת, א יאר מיט פרנסה בשפע.


ביי אונז אין ישיבה זאג איך איידער די הקפות אפאר ווערטער, אזוי האבן זיך געפירט די הייליגע צדיקים; דער הייליגער סאטמער רבי און מיין זיידע דער הייליגער ישמח משה, און נאך אסאך הייליגע צדיקים - זכותם יגן עלינו; מעורר זיין אידישע קינדער זאלן אויסנוצן די לעצטע מינוטן פון אזא הייליגע טאג.


איך בעט דיר זייער, בעט דעם אייבערשטן אין אזא הייליגע טאג דו זאלסט שוין ארויסגיין פון דיין פריוואטע גלות, זאלסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע ביטערע נסיונות.


א גוט קוויטל.