מכתב יומי
כא אב תשע"ח
August 02 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן", דער רבי וואשט אונז אפ פון אונזערע פלעקן און רייניגט אונז פון אונזערע עבירות.
אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד, נישט סתם אן ערליכע איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכע איד".
אז מען לעבט מיט א צדיק איז אלעס גרינגער; חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לג:) אויפן פסוק (דברים י, יב): "וְעַתָּה יִשְׂרָאֵל מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ, כִּי אִם לְיִרְאָה אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְאַהֲבָה אֹתוֹ, וְלַעֲבֹד אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ", - משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך, נאר צו האבן יראת שמים", פרעגן חז"ל: "אַטּוּ יִרְאַת שָׁמַיִם מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", יראת שמים איז עפעס א קלייניקייט, אז דו זאגסט: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער, נאר צו האבן יראת שמים?!" ענטפערט די גמרא: "אִין, לְגַבֵּי מֹשֶה מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", פאר משה רבינו איז יראת שמים א קלייניקייט; פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (עיין דגל מחנה אפרים פרשת תצוה, בתחילת הפרשה) אז למעשה רעדט דאך משה רבינו צו כלל ישראל, איז דאך ווייטער שווער די קשיא, איז דען יראת שמים א קלייניקייט, אז ער זאגט: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך נאר צו האבן יראת שמים?!" נאר זאגט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע פשט אזוי, "לְגַבֵּי מֹשֶה", אז מען גייט צו א צדיק, מען איז דבוק אין משה רבינו, "מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", דעמאלט איז יראת שמים א קלייניקייט, ווייל דער צדיק ברענגט צו זיינע מענטשן צו זיין מדריגה.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן די מתנה, דער רבי ברענגט אונז צו צו די גרויסע מדריגות פון פריערדיגע צדיקים; דער רבי נעמט פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען און מאכט אונז רעדן צום אייבערשטן; דער רבי מאכט מיר זאלן לעבן מיט אמונה און זיין דבוק צום אייבערשטן. ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט אויפגעבויעט די אמונה, מען הייבט אן שפירן אז דער אייבערשטער איז ביי מיר, דאס ברענגט יראת שמים, אז אפילו מען איז איינער אליין איז מען אויך אפגעהיטן פון עבירות, דורכדעם וואס מען שפירט דעם אייבערשטן שטענדיג מיט זיך; דארפן מיר דאך זייער פרייליך זיין אז מיר האבן אזא רבי, אז מיר ווייסן פון אזא גרויסע ליכטיגקייט.
היינט איז דער יארצייט פון הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זכותו יגן עלינו; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזא'ער רב נעמען א ברכה, ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן שפע ברכה והצלחה.
א כתיבה וחתימה טובה.