מכתב יומי
כ אדר א' תשפ"ב
February 21 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב דיר שוין לאנג נישט געשריבן, איך האף צום אייבערשטן דיר צו שרייבן כסדר פיינע פרישע חיזוק פון דעם נחל נובע מקור חכמה; בעיקר חיזוק אויף למעשה, וויסן וואס מען האט צו טון.
הדבר הראשון שטארק זיך פונדאסניי, הויב צוריק אן דיין שיעור אין חומש רש"י, זיי מעביר סדרה יעדן טאג ווארט נישט ביז סוף וואך; לערן אביסל יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, לערן שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט נאך פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י".
בלאק די צעדרייטע סטעטו"ס, עס וואלט דיר געדארפט זיין א בושה צו קוקן אין דעם; א שאד פאר דיר, פאר דיין משפחה - זאלן צוגרינד גיין לעולם ועד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.