מכתב יומי

כא אדר א' תשפ"ב

February 22 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן; ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען – אן דעם רבי'ן? אן מוהרא"ש? איך קען נישט טראכטן וואס וואלט געווען מיט מיר; איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט רחמנות געהאט אויף מיר, האסט מיר געברענגט צו אזא הייליגקייט.


דאס וואס גייט אויף דיר אריבער, דו מיינסט אז מען דארף דיך נישט, דו טראכסט אז מען הערט דיך נישט אויס - אלע צדיקים גייען דאס אריבער, דער הייליגער רבי אליינס איז דאס אויך אריבער. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה, עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעמען האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


רעד שיין צו דיין ווייב; א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף שיין און רעדט שיין. מען געדענקט שטענדיג 'דער אייבערשטער איז דא, מיין ווייב קומט פונעם אייבערשטן, מיינע קינדער זענען פונעם אייבערשטן', - מען ווערט נישט פארלוירן.


איך האב דיר שוין כמה פעמים געשריבן דו זאלסט זען אז דיין ווייב זאל קומען צו די פרויען צאמקום; דו זע פון דיין זייט צו זיין אין שטוב, העלפן מיט די קינדער – אז זי זאל קענען קומען; נאר דו וועסט ארויסגיין מיט ריווח, די פרויען וואס קומען צו די פרויען צאמקום - קומען אהיים אזוי פרייליך, אזוי אויפגעלעבט; זיי ווערן ממש נייע מענטשן.


די וואך, שבת מברכים אדר ב', שבת שקלים, - וועל איך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין קרית ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.