מכתב יומי
כא אדר ב' תשע"ט
March 28 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
בעט איבער דיין ווייב אפילו אויב זי איז נישט גערעכט. מוהרא"ש זאגט אז מען דארף שטענדיג געדענקען דעם כלל: "זיי קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון האבן שלום בית, נישט זוכן אויסצופירן.
מיט אביסל סבלנות וועסטו אסאך מער אנקומען ווי מיט'ן זיך טענה'ן וכו'. פון ויכוחים און טענה'רייען האט מען גארנישט, עס ווערט נאר דורכדעם מער און מער אפגעקילט די אהבה וכו'.
גיי אביסל ארויס פון דיין קטנות, כאפ א שפאציר אליינס מיטן אייבערשטן און דערצייל אים אלעס; שמועס מיט אים אזוי ווי צו א גוטער פריינד וועסטו זען אז אלעס וועט דיר בעסער ווערן.
איך ווארט דיר צו זען היינט ביים שיעור.
א גוטן טאג.