מכתב יומי

כא אדר ב' תשפ"ב

March 24 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם איז, וואס זוכסטו זאכן צו זיין צעבראכן? עס פעלט דיר גארנישט, האסט דאך אלעס, פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע? אלע צרות הויבן זיך אן ווען מען קוקט אויף אנדערע, מען גליסט צו האבן יענעמ'ס לעבן; דאס מאכט קראנק, מען ווערט אזוי דערביטערט ביז מען וויל שוין נישט לעבן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה", ווער עס גליסט, "עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט דאס ארויף לאחר מיתה, די וואס האבן געהאט קנאה די ווערן אינגאנצן פארפוילט, אבער מוהרא"ש זאגט אז דאס גייט ארויף בשעת מען לעבט, מען ווערט אויפגעגעסן ביים לעבן.


אנשטאט טראכטן פון אנדערע - טראכט פונעם אייבערשטן, טראכט עס איז 'מלא כל הארץ כבודו', טראכט עס איז 'אין עוד מלבדו, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים' - דאס וועט דיר פרייליך מאכן.


וואס פעלט דיר אין לעבן? האסט אזא שיינע לעבן, ביסט אזוי גוט חתונה געהאט, וואס נאך דארפסטו? איין זאך דארפסטו - דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר פון ארץ ישראל. מיר זענען היינט געווען ביי מקומות הקדושים; קבר שמואל הנביא, קבר רחל, מערת המכפלה, אור החיים הקדוש, רש"ש און קבר שמעון הצדיק. איך האב געבעטן פאר דיר בפרטיות, האברך שבתי מארקוס האט מיט געשיקט אלע נעמען וכו', איך האב אסאך געבעטן. ביים אור החיים הקדוש און ביים רש"ש האב איך נישט געקענט בעטן פאר דיר בפרטיות, עס האט שטארק גערעגנט.


שטארק זיך מיט אמונה, זיי נישט דערשראקן, האב אמונה; דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן. נעם אריין אין דיר דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער ווארט דו זאלסט רעדן צו אים, דו זאלסט אים בעטן בפרטי פרטיות.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן, וועט זיך עפענען טויערן פון ישועות.


איך בענק נאך דיר.