מכתב יומי

כא אדר תשע"ח

March 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל פקודי, כ"א אדר, יודה"ל של הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס געפאלט היינט דער יארצייט פון דעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו.


מיר האבן נישט קיין השגה וואס א צדיק איז; א צדיק איז ביי זיך בטל ומבוטל צום אייבערשטן. עס איז באוואוסט דעם סיפור אז איינמאל ווען דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז געווען אונטערוועגנס האט ער זיך אפגעשטעלט ביי א קרעטשמע, האט אים דער בעל הקרעטשמע געוויזן אז ער האלט דעם ספר נועם אלימלך אונטערן טיש. ער איז געווען א מתנגד און ער האט פארשעמט דעם הייליגן ספר מיטן דאס אונטערלייגן אינטערן פיסל פונעם טיש. ווען ער האט געפרעגט דעם הייליגן בעל התניא צי ער ווייסט ווער דער בעל מחבר פון דעם ספר איז, האט ער אים געענטפערט: "יא, איך ווייס ווער ער איז", האט אים דער בעל הבית געבעטן ער זאל אים עפעס פארציילן פון אים, האט אים דער בעל התניא זי"ע געזאגט: "איין זאך קען איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט ווען נעמען דעם בעל מחבר פונעם ספר און אים אליינס לייגן אונטערן טיש, וואלט ער געשוויגן אזוי ווי דער ספר שווייגט, פון גרויס ענוה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, יעדעס מאל ווען די רעבעצין איז געגאנגען אין שפיטאל פאר א קינד, פלעגט ער מיט נעמען דעם ספר נועם אלימלך אונטער צו לייגן אונטער איר קאפ; כידוע אז דאס איז א סגולה פאר א חולה און פאר א יולדת אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום. איינמאל האט די רעבעצין געפרעגט מוהרא"ש פארוואס ער נעמט נישט א ליקוטי מוהר"ן? האט איר מוהרא"ש געענטפערט: "ליקוטי מוהר"ן האב איך אין מיר, אז מען וועט מיר אויף שניידן וועט נישט קומען קיין בלוט, נאר עס וועט ארויס רינען ליקוטי מוהר"ן"; פון די מעשה לערנט מען זיך ארויס צוויי זאכן. איינס, אז מוהרא"ש האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן אזוי סאך מאל אז ער האט עס געהאט אין די בלוט; מען האט געזען בחוש ווי ליקוטי מוהר"ן ליגט אים אין די בלוט, אפילו מען האט נישט אויפגעשניטן מוהרא"ש פלעגט נאר רינען פון מוהרא"ש ליקוטי מוהר"ן. עס איז נישט געווען קיין בריוו, שיעור, תורה, שמועס, וכו' - אן דערמאנען דעם רבי'ן, יעדע פאר ווערטער איז ארויס געקומען פון מוהרא"ש'ס מויל: "דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן". צווייטנס, אז אפילו איך האב א רבי, איך אטעם דעם רבי'ן און איך האב אוועק געגעבן מיין לעבן פאר דעם רבי'ן וכו' וכו', דאך נעם איך דעם ספר נועם אלימלך פאר א סגולה און פאר א שמירה.


דער רבי האט זייער מפליא געווען דעם ספר נועם אלימלך. ווען מען האט געברענגט דעם ספר נועם אלימלך פארן רבי'ן האט דאס דער רבי מורא'דיג באוואונדערט און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנג): "ווי גרויס דער ספר איז - איז דער בעל מחבר פונעם ספר נאך אסאך גרעסער". נאך איז מקובל ביי אנשי שלומינו, אז איינע פון די אכט זקנים וואס דער רבי דערמאנט אין די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג - פונעם ערשטן טאג), ווי איטליכער האבן זיך בארימט מיט זייער זכרון וכו', אז איינער פון זיי איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע.


מוהרא"ש האט דערציילט, אמאל האט דער הייליגער רבי ר' זושא געפרעגט זיין ברודער דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען מען זאל זען ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים; מענטשן קומען פון איבעראל נעמען ברכות און דו וואונטשט זיי אן ברכות פאר שידוכים, פרנסה, געזונט און פאר קינדער, ווי אזוי מאכסטו דאס?" האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו אים געענטפערט: "איך האב אריינגעברענט צווישן מיינע תלמידים א שטארקע ליבשאפט איינער צום צווייטן, זיי האבן זיך זייער ליב, און דורך דעם פאסירן די גרויסע מופתים".


דאס דארפן מיר זיך אפלערנען פון די צדיקים, ווי זיי האבן אריינגעברענגט ליבשאפט צווישן אידישע קינדער; ווייל אז עס איז דא שלום און ליבשאפט איז מען זוכה צו ישועות בכל ענינים.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג נישט צו האבן אין זיך די שלעכטע מידה פון קמצנות; געלט איז געמאכט צו ניצן, און אז דיין ווייב דארף עפעס האבן אין שטוב געב איר געלט. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע זאגט (נועם אלימלך, פרשת מקץ): אויפן פסוק (בראשית מא, מז): "וַתַּעַשׂ הָאָרֶץ ... לִקְמָצִים", אז דער פסוק קומט אונז מרמז זיין אז א מענטש דארף ארויסרייסן פון זיך די מדה פון קמצנות, עיין שם; בפרט אז דער רבי האט אונז קלאר געזאגט אז די גאנצע געלט קומט נאר בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט), דערפאר, אז דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב וועסטו האבן גרויס שפע.


נאכמער שטייט אין זוהר הקדוש (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל און דאס איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


פון אינדרויסן קען מען גארנישט זען; עס קען זיך דאכטן אמאל אויף א מענטש אז ער איז א וואוילער מענטש. ער איז מנדב כסדר זאכן וכו', ער קויפט עליות, ער שנאדערט וכו', אבער אין שטוב איז ער א פשוט'ער רוצח, ער פייניגט זיין ווייב, ער לאזט נישט זיין ווייב נעמען א העלפער צו רוימען די שטוב, ער לאזט נישט קויפן וכו'; פאר זיך פאטשקעט ער געלט רעכטס און לינקס, ער רייכערט ציגרעטלעך ווי א קוימען, ער קויפט אלקאהאל וכו', און זיין ווייב צאפט ער דאס בלוט.


איך בעט דיר ליבער ברודער, טייערער חבר, הארציגער תלמיד: "געב פאר דיין ווייב געלט ווען זי דארף"; אן ערליכער איד געבט פאר די ווייב געלט ווען זי דארף, אן ערליכער איד פירט זיך אויף אין שטוב שיין, אן ערליכער איד איז מקיים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): "לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַּה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בְּמַה שֶׁיֵּשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מִמַּה שֶׁיֵּשׁ לוֹ", א מענטש זאל נישט אויסגעבן זיין גאנצע געלט פאר זיין עסן, אויך זאל ער נישט קויפן קיין קליידער פאר מער וויפיל ער האט, אבער די ווייב און קינדער זאל ער מכבד זיין און אויסגעבן מער וויפיל ער האט; אזוי ווי רבי חיים ויטאל שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, אז ער האט נישט געקויפט פאר זיך טייערע קליידער, אויך האט ער נישט געגעסן קיין סאך, אבער פאר זיין ווייב האט ער מקפיד געווען צו קויפן טייערע קליידער, כדי זי זאל זיין צופרידן, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.