מכתב יומי
כב אדר תשפ
March 18 2020
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פון זיין דערשראקן פון קאראנע וועסטו גארנישט האבן; עס וועט דיר נאר שאטן צום געזונט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לָא תַּעֵיל דַּוְיָא בְּלִבָּךְ, דְּגַבְרֵי גִּיבָּרִין קְטַל דַּוְיָא", נעם זיך גארנישט צום הארצן, ווייל אסאך גיבורים זענען שוין געשטארבן פון דעם וואס זיי האבן יעדע זאך גענומען צום הארצן; בעט דעם אייבערשטן אז עס זאל דיר נישט שאטן און נישט פאר דיין משפחה און פאר אלע אידן.
דא האסטו א קליינע תפילה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן:
"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר אוּן מַיין מִשְׁפָּחָה אוּן אוֹיף אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער, יֶעדֶער זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק. הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אוּנְז מִיר זָאלְן נִישְׁט גֶעשֶׁעדִיגְט וֶוערְן פוּן דִי מַחְלָה פוּן קָארָאנֶע; דִי אַלֶע אִידְן וָואס הָאבְּן דִי מַחְלָה זָאלְן הָאבְּן שְׁנֶעל אַ גַאנְצֶע רְפוּאָה, עֶס זָאל זֵיי נִישְׁט שָׁאטְן.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר, אִיךְ בִּין אַזוֹי דֶערְשְׁרָאקְן פוּן דִי קָארָאנֶע-וֵויירוּס, אִיךְ הָאבּ אַזוֹי מוֹרָא, מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן אִיז אֵיין שְׁטִיק שְׁרֶעק, אִיךְ הַאלְט עֶס נִישְׁט אוֹיס! טַאטֶע זִיסֶער, טַאטֶע גֶעטְרֵייעֶר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין רוּאִיג, אִיךְ זָאל נִישְׁט לֶעבְּן מִיט פַּאנִיק אוּן שְׁרֶעק, אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז דוּ מַאכְסְט אַלֶעס אוּן עֶס קֶען גָארְנִישְׁט פַּאסִירְן פוּן זִיךְ אַלֵיין. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן פוּן דִיר, אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז דוּ בְּרֶענְגְסְט דִי קָארָאנֶע נָאר וַוייל דוּ וִוילְסְט אוּנְז בְּלוֹיז דֶערְמַאנֶען מִיר זָאלְן גֶעדֶענְקֶען אַז עֶס אִיז דָא אַ בַּאשֶׁעפֶער אוּן דוּ פִירְסְט דִי וֶועלְט, מִיר זָאלְן זִיךְ נִישְׁט אַיינְרֶעדְן אַז (דְּבָרִים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה", אוּנְזֶער שְׁטַארְקֵייט אוּן אוּנְזֶער כֹּחַ - דָאס גֶעבְּט אוּנְז לֶעבְּן.
יֶעצְט בֶּעט אִיךְ דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל נִישְׁט זַיין דֶערְשְׁרָאקְן פוּן אַלֶע שְׁרֶעקֶעדִיגֶע מַחְשָׁבוֹת וָואס בּוּזשֶׁעוֶוען אִין מִיר. אִיךְ שְׁפִּיר וִוי מַיינֶע כּוֹחוֹת לָאזְן זִיךְ אוֹיס; אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט קָאנְצֶעטְרִירְן אוֹיף גָארְנִישְׁט אוּן אִיךְ קֶען נִישְׁט אָנְגֵיין מִיט דִי שְׁטוּבּ אַרְבֶּעט, עֶס פַּיינִיגְן מִיר מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת אָן אוֹיפְהֶער.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, דוּ בִּיסְט דָאךְ דֶער וָואס גֶעבְּט שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ מִתְגַּבֵּר זַיין אוֹיף דֶער יֵּצֶר הָרָע וָואס דְרֵיידְט מִיר אַ קָאפּ, אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פוּן דִיר אוּן פוּן דַיינֶע חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר.
יוֹדֵעַ מַחְשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא! הֶעלְף מִיר טַאטֶע אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט פִיזִישׁ אוּן גֵייסְטִישׁ; אִיךְ זָאל קֶענֶען טְרַאכְטְן גְרָאד, אוּן וִויסְן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דִי וֶועלְט אוֹיסֶער דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אַז דוּ בִּיסְט בַּאהַאלְטְן אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.
אִיךְ בֶּעט דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת אַלֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן: בִּזְכוּת רַבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב. יִּהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".
זאג דיין ווייב תחי', איך עצה איר זי זאל נישט רופן דעם אידישן האט-ליין ...; עס איז נישט געזונט צו הערן יעצט די נייעס, זיי ווארפן אן אומזיסטיגע פאניק און שרעק, זאג איר זי זאל אנצינדן ניגונים פון אמונה, זי זאל טאנצן מיט די קינדער ניגונים פון דער אייבערשטער, וועט זי זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך וואלט אייך געראטן איר זאלט נישט הערן קיין נייעס, בפרט יעצט ווען זיי ווארפן אן א פאניק און א שרעק איז בעסער פאר אייך נישט צו הערן די נייעס; ענדערש זאלט איר הערן פרייליכע ניגונים פון אמונה און שמחה וועט איר זיין שטארק, איר וועט האבן כח פיזיש און גייסטיש (פיזיקלי און מענטעלי). דער רבי געבט אונז עצות אויף יעדע זאך; דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס איז דערשראקן זאל זינגען פרייליכע ניגונים".
פאר אייער טובה זאלט איר אפלאזן די נייעס; א רחמנות אויף די וואס זענען צוגעבינדן צו דעם. מען קען זען אן אונטערשייד צווישן די וואס האבן סאשעל מידיע און די וואס האבן פשוט'ע טעלעפאנס אן קיין וואטס-עפפ, אן קיין סטעטוס; די וואס האבן וואטס-עפפ און סטעטוס וכדומה די זענען דערשראקן צום טויט, יעדע רגע שפרינגט ארויף א פרישע שרעק, א פרישע קאפ פארדרייעניש, ווידעראום די וואס האבן נישט די אלע כלים די לעבן א פרייליכע לעבן.
טאנצט מיט אייערע קינדער די ניגון: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז זיכער גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט, ווייס איך ער איז גערעכט; מען דארף נאר איין זאך זען, איך זאל אייביג רעדן צו אים; איבערשמועסן יעדע זאך, וועט עס ווערן בעסער גלייך".