מכתב יומי

כא אלול תשע"ז

September 12 2017

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


אזוי ווי מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר העלפן ברענגען ספרים קיין אומאן, אזוי וועסטו האבן א חלק אין הפצה וואס דאס וועט ברענגען די גאולה שלימה, אויך איז דאס א שמירה פארן וועג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, לד:): "כָּל הַדְּרָכִים בְּחֶזְקַת סַכָּנָה", ווען מען איז אונטערוועגנס דארף מען א גרעסערע שמירה; אז דו וועסט מיט נעמען מיט דיר א פעקל ספרים וועט דאס זיין א שמירה פאר דיר.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ; וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", ווען מען האלט זיינע ספרים אין שטוב, זענען זיי א גרויסע שמירה אפצוהיטן דער מענטש ער זאל נישט פארלירן זיין געלט, און ער זאל בלייבן אן עושר.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה', קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן", עיי"ש.


יעצט ווען מיר שטייען פארן גרויסן יום הדין, ווען מען גייט אונז משפט'ן, אונזערע קינדער און אונזער משפחה; יעדער איינער זוכט זכותים, מען זוכט מליצי יושר, זאלסטו וויסן אז דער וואס איז עוסק אין הפצה קומט צום אייבערשטן מיט גאר אסאך זכותים. ווייל אז מען איז זוכה און מען ברענגט צוריק א איד צום אייבערשטן, דער איד הייבט אן לערנען און דאווענען, דער איד לעבט מיט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע מעשים וכו' - די אלע זכותים גייען אויפן חשבון פון דער וואס האט אים צוריק געברענגט.


דערפאר זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


דערפאר בעט איך דיר, אויב דו קענסט נעמען נאך א רענצל אויף דיין נאמען, אדער אויף א קינדס נאמען - נעם פאר מיר א קעסטל ספרים, אויב קענסטו נישט נעמען נאך א רענצל, נעם א קליין פעקל ספרים מיט דיר, און אין אומאן זאלסטו מיר עס איבערגעבן, אזוי וועסטו אויך האבן א חלק אין הפצה.


אז מען רעדט שוין פון הפצה, וויל איך דיר מחזק זיין אז לכבוד דעם נייעם יאר שנת תשע"ח - "תָּ'חֵל שָׁ'נָה עִ'ם חַ'סָדִּים", הייב אן דעם יאר מיט חסד; זע צו האבן א חלק אין הפצה מיט וואס דו קענסט.


ר' נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש עשרה בטבת; א פאר שעה בעפאר ר' נתן איז נפטר געווארן, האט ר' נתן געזאגט די ווערטער, און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון ר' נתן זכרונו לברכה, בזה הלשון האט ער געזאגט: "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, און ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר), און טרייף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "נו, איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה, איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טרחא'"; איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין אויף די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט, האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז מיט איין זאך האט ער מצליח געווען, ער האט שטענדיג געהאט ארום זיך צען מענטשן וואס האבן אים געהאלפן מיט מסירות נפש, אפילו און די שווערע זמנים ווען אלע האבן געקריגט אויף אים; און ווען ער האט זיך געמוטשעט מיט מחלוקת מבית ומבחוץ - דא און אין יבניאל, האט ער שטענדיג געהאט א מנין געטרייע תלמידים וואס זענען געגאנגען מיט אים באש ובמים.


ווען מיר האבן געעפענט דעם בית המדרש צוזאמען מיט די ישיבה אויף סקילמאן סטריט זענען אסאך תלמידי היכל הקודש אוועק געגאנגען פון דא דאווענען, זיי האבן געעפענט א אייגענע שול. איך בין געגאנגען צו מוהרא"ש רעדן וועגן דעם וכו', און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "יואל זארג נישט, דו וועסט אייביג האבן מנין ארום דיר".


דערפאר אז מיר גייען אריין אין א נייעם יאר - שנת תשע"ח, זאלסטו גיין הפצה; יעדן איד זאלסטו באגריסן מיט א שמייכל - תַּ'גִּיד שָׁ'לוֹם עִ'ם חִ'יּוּך, געב אים א ספר, זיי אים מזכה מיט א ספר וואס וועט אים צוריק ברענגען צום אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אונז אלע העלפן אז עס וועט זיין תְּ'הֵא שְׁ'נַת חֶ'סֶד עֶ'לְיוֹן, און מיר וועלן שוין זוכה זיין צו תַּ'גִּיעַ שְׁ'עַת חֵ'רוּת ע'וֹלָמִים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.