מכתב יומי

כא אלול תשע"ח

September 01 2018

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ"א אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר גייען שוין באלד זאגן סליחות, דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער: "הייליגער באשעפער האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדער, 'בְעַד עַמֵּךְ רַחֲמִים שַׁאֲלִי', פאר דיין פאלק בעט איך רחמנות, 'כִּי כָל לֵבָב דַּוָּי', ווייל יעדנס הארץ איז פארווייטאג, 'וְכָל רֹאשׁ לָחֳלִי', און יעדענס קאפ איז קראנק; וויפיל אידן ליגן נעבעך אין שפיטאל, וויפיל קינדערלעך ליידן נעבעך פון שרעקליכע מחלות, הייליגער באשעפער געב נאר גוטס פאר אונז אידן".


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן זוכה זיין שוין צו די גאולה שלימה - בכלליות ובפרטיות, יעדער זאל שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין פריוואטע גלות.


מיר בעטן ביי סליחות: "הַנְּשָׁמָה לָךְ וְהַגּוּף פָּעֳלָךְ. חוּסָה עַל עֲמָלָךְ", הייליגער באשעפער מיין נשמה איז דיינס און מיין גוף האסטו באשאפן, בעט איך דיר, האב רחמנות אויף זיי.


יעדע תפילה, יעדע קרעכץ, יעדע טרער - גייט ארויף צום אייבערשטן און פועל'ט ישועות.


א גוטע וואך און א כתיבה וחתימה טובה.