מכתב יומי

כא אלול תשפ"ב

September 17 2022

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


א גוטע וואך.


מיר גייען שוין צו סליחות; מיר אשכנז'ישע אידן הויבן אן זאגן סליחות זונטאג פאר ראש השנה, די ספרדי'שע אידן זאגן שוין סליחות פון ראש חודש אלול.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות הלילה, מען קומט מיט בגדי שבת.


בשעת'ן זאגן סליחות זאלסטו אריינפלעכטן דיינע אייגענע תפילות און אייגענע בקשות, מען מעג רעדן צום אייבערשטן אינמיטן דאווענען. די וואס פרעגן אויב מען מעג זיך מתבודד זיין אינמיטן דאווענען, אויב דאס איז א הפסק - דארפן פרעגן די פראגע אנדערש, פרעג אויב מען מעג דאווענען אינמיטן דאווענען; אודאי מעג מען דאווענען אינמיטן דאווענען, עס איז א קלארע הלכה אז מען מעג רעדן צום אייבערשטן אינמיטן דאווענען, אינמיטן שמונה עשרה (שלחן ערוך אורח חיים סימן קיט, סעיף א).


ביים זאגן סליחות זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר און פאר אידישע קינדער; בעט דעם אייבערשטן אין דיין שפראך, אויף אידיש. גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר. בעט פאר אידישע קינדער, טענה פאר אידישע קינדער; אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס און מאכט אלעס - ווארט ער אז מיר זאלן בעטן און מיר זאלן טענה'ן מיט אים ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:): "אשכחיה רבה בר שילא לאליהו", רבה האט באגעגנט אליהו הנביא, "אמר ליה", ער פרעגט אליהו הנביא: "מאי קא עביד הקדוש ברוך הוא", וואס טוט דער אייבערשטער יעצט? ענטפערט אים אליהו הנביא: "קאמר שמעתא מפומייהו דכולהו רבנן", דער אייבערשטער זאגט נאך אויבן אין הימל די ווערטער פון די הייליגע חכמים, "ומפומיה דרבי מאיר לא קאמר", אויסער פון רבי מאיר, פרעגט אים רבה: "אמאי", פארוואס זאגט דער אייבערשטער נישט נאך פון רבי מאיר? זאגט אים אליהו הנביא: "משום דקא גמר שמעתא מפומיה דאחר", ווייל ער האט געלערנט תורה ביי אן אפיקורס, פרעגט רבה: "אמאי, רבי מאיר רמון מצא, תוכו אכל קליפתו זרק", וואס איז רבי מאיר שלעכט, ער האט נישט גענומען פון זיין רבי די שלעכטס, ער האט גענומען נאר דאס גוטס, אזוי ווי איינער טרעפט א מילגרוים, ער עסט אויף די זאפטיגע קערלעך, און די שאלאכטס ווארפט ער אוועק, אזוי האט רבי מאיר געטון! זאגט אליהו הנביא פאר רבה: "השתא קאמר", איך הער יעצט דעם אייבערשטן נאכזאגן פון רבי מאיר.


האבן מיר גערעדט ביים שיעור דעם פארגאנגענעם ליל שישי, וואס האט דא פאסירט; אויבן אין הימל ווייסט מען נישט די זאך פון: "תוכו אכל, קליפתו זרק", מען ווייסט נישט אויבן אין הימל אז רבי מאיר האט נאר גענומען דאס גוטס פון זיין רבי, וואס האט דא רבה מחדש געווען אז פלוצלונג האט זיך אלעס געטוישט?! נאר וואס דען, דא זעט מען דאס גרויסקייט פון טענה'ען פאר א צווייטע איד, אזוי ווי רבה טענה'עט פאר אליהו הנביא: "רבי מאיר איז גוט, ער האט נישט געטון קיין שום שלעכטס"; האט זיך שוין אלעס געטוישט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט גיין נאך געלט ביי הייזער און ביי שול'ן און מיר דאס ברענגען אין אומאן; איך וויל זאלסט מיר ברענגען הונדערט דאלער, אבער אויסדרוקליך נאר געלט וואס דו האסט צאמגענומען. איך וועל דאס צאמנעמען אין אומאן ביים אנקומען; עס איז דא נאך אפאר טעג, קענסט דאס באווייזן; די צדקה איז גאר א וויכטיגע צדקה.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.