מכתב יומי

כא חשון תשע"ח

November 10 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען יעצט אריין אין די ווינטער שבתים ווען דער זמן הדלקת הנרות איז שוין זייער פרי, הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ, מען דארף שוין פון פרייטאג אינדערפרי זיך גרייטן אויף שבת אז מען זאל חס ושלום נישט צוקומען צו חילול שבת.


דער הייליגער רבי פלעגט גיין אין מקוה ערב שבת ביי חצות. זאלסטו זען צו גיין פרי אין מקוה לכבוד שבת; מען דארף זייער אכטונג געבן צו גיין אין מקוה גענוג פרי אז מען זאל נישט צו קומען צו חילול שבת.


גרייט אן די ליכט לכבוד שבת; עס איז א מנהג אז דער מאן גרייט אן די שבת ליכט, ער ברענט אפ די ליכט אז עס זאל זיין גרינג פאר די ווייב צו צינדן די שבת ליכט. עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז דאס איז א גרויסע תיקון צו פארעכטן וואס מען האט פוגם געווען במידת יסוד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן נד): "עַל יְדֵי נֵר חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת, הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דורך שבת ליכט און חנוכה ליכט איז מען זוכה צו קינדער תלמידי חכמים; דערפאר זאלסטו זען צו זיין אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט די שבת ליכט, ווען זי בעט זיך אויס ביי די ליכט אויף גוטע קינדער וכו'. פאר גוטע קינדער דארף מען אסאך מתפלל זיין, גוטע קינדער נעמט מען נישט אראפ פון בוים, גוטע קינדער באקומט מען דורך אסאך תפילה און אסאך וויינען.


זע צו זיין פרייליך שבת, אזוי אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין גאנצע שטוב - דיין ווייב און קינדער; דער הייליגער אריז"ל זאגט: די ראשי תיבות פון וְשָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת איז 'ביאה', וואס קומט אונז ווייזן אז שבת דארף מען זען צו זיין צוזאמען וכו'; דערפאר פארלייגט זיך דער יצר הרע עס זאל זיין קריגערייען אין שטוב צווישן מאן און ווייב שבת, כדי מען זאל בלאזן איינער אויפן צווייטן, וואס דאס ברענגט אז מען זאל נישט רעדן און נישט זיין צוזאמען. דערפאר זאלסטו זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך שבת.


א פרייליכן שבת.