מכתב יומי
כא חשון תשע"ט
October 30 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פ' חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
מען דארף זיך מחזק זיין מיט וואס מען האט יא, נישט וויינען אויף וואס מען האט נישט; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס פארציילט אונז וואס איז חשוב אויבן אין הימל. ביי אנדערע חסידות'ער ווייסט מען נישט וואס איז באמת חשוב אויבן אין הימל דערפאר איז מען נישט פרייליך מיט די נקודות טובות אבער דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט וואס טוט זיך אויבן אין די עולמות העליונים, אז דארט איז אלסדינג טייער (סיפורי מעשיות, מעשה א); ביים אייבערשטן איז חשוב יעדע נקודה טובה וואס מיר טוען און דאס דארף אונז דערפרייען, בפרט ווען מיר האבן באמת מיט וואס זיך צו פרייען, אז מיר זענען אנגעפילט מיט מצות ומעשים טובים.
עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות"; מיט דעם ווארט אליינס קען מען זיך מורא'דיג מחי' זיין, ברוך השם אז מיר האבן א בארד און פיאות און מיר טראגן אויף זיך דעם צלם אלקים.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יז): דער אייבערשטער האט הנאה פון יעדן איינציגסטן איד; אפילו א פושעי ישראל, כל זמן ער האט נאך אויף זיך דעם שם ישראל, אז מען רופט אים נאך פושעי 'ישראל', האט דער אייבערשטער פון אים זיכער א נחת רוח. "וְיֵשׁ לִפְעָמִים" - עס איז דא אמאל, זאגט דער רבי - "שֶׁאֵיזֶה פָּחוּת שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל עוֹשֶׂה נַעֲנוּעַ עִם הַפֵּאָה שֶׁלּוֹ, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ הִתְפָּאֲרוּת גָּדוֹל גַם מִזֶּה", וואס א שוואכער איד געבט א דריי מיט זיין פאה און דער אייבערשטער האט פון דעם הנאה.
דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך מחזק זיין מיט יעדע נקודה טובה, מיר זאלן זיין פרייליך מיט אונזער בארד און פיאות. מען זעט היינט נעבעך בחורים און אינגעלייט שניידן זיך די בארד און פיאות, דאס קומט נאר ווייל זיי זענען ביי זיך זייער צעבראכן, זיי זענען ביי זיך אפגע'פסק'נט אז זיי זענען גארנישט ווערד, דאס איז די סיבה פארוואס מען הייבט מען אן צו שניידן די בארד און פיאות. דאס זעלבע מיט ציצית און תפילין; מען איז ביי זיך אזוי אראפגעקלאפט ביז מען טוט נישט אן קיין ציצית און תפילין.
לאך דיר אויס וכו', דער עיקר זע אריין צו כאפן גוטע נקודות און מעשים טובים.