מכתב יומי

כא טבת תשע"ח

January 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס ער לייגט אריין אין אונז אז מיר זאלן האבן אמונה און לעבן דערמיט; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים". ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן; ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיך יִתְבָּרַך כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה יִסְלַח לְּך הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עַל כָּל עַווֹנוֹתֶיך", אז א מענטש האט אמונה - ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי, מדבר, - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; דערפאר איז א גרויסע זאך אז מען זאל אסאך רעדן פונעם אייבערשטן, ווי מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט איינעם: "וועסט קומען היינט נאכט?" ענטפער נישט: "יא", נאר: "מיטן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" זאלסטו ענטפערן: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן". ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה באקומט מען ווי מער מען רעדט פון דעם אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "'אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי'; עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה, דאס אליין איז אמונה, און דאס ברענגט אמונה.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קמב): ווען א מענטש זעט אז ער האט ספיקות אין אמונה, זאל ער ארויס זאגן מיט זיין מויל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵימָה שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך שְׁמוֹ הוּא יָחִיד רִאשׁוֹן וְאַחֲרוֹן"; ווייל דער דיבור האט זייער א שטארקע כח, און אז מען רעדט פון אמונה באקומט מען אמונה.


דערפאר איז זייער א גרויסע זאך שטענדיג מזכיר צו זיין דעם אייבערשטן ווען מען רעדט מיט מענטשן, ווייל אזוי ווערט אריינגעבאקן אין הארצן די ריינע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.