מכתב יומי

כב טבת תשע"ט

December 30 2018

[ביים סוף פונעם בריוו איז בייגעלייגט די בריוו פון ביינאכט]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א איד האט אמאל געברענגט א בענקל פארן רבי'ן פאר א מתנה, האט אים דער רבי געפרעגט: "וויפיל צייט האט דיר גענומען צו מאכן דעם בענקל?" האט ער געענטפערט: "א האלבע יאר", האט אים דער רבי געפרעגט: "דו האסט געארבעט א גאנצן טאג במשך א האלבע דאס צו מאכן?" האט ער געענטפערט: "ניין, נאר יעדן טאג א שעה צייט האב איך געבויט דעם בענקל", האט זיך דער רבי אנגערופן: "אזוי! דו האסט מיר אינזין געהאט א האלב יאר אלע טאג א שעה"; דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם פרט אז דער איד האט געטראכט פון אים מער ווי פונעם בענקל אליינס, דאס אליינס אז מען טראכט פון א צדיק - ברענגט פארן מענטש אלע ישועות.


דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד: "זאג מיר, האסטו שוין היינט געקוקט אויפן הימל?" ווייל אז מען קוקט אויפן הימל דערמאנט מען זיך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מען רעדט ארויס א דיבור צום אייבערשטן, וואס דאס איז מער ווערד ווי כל הון דעלמא.


נעכטן נאכט איז געווען א שיינע שבע ברכות דא אין ישיבה, סיי דער חתן און סיי די כלה זענען ביידע תלמידי היכל הקודש; מיר האבן זיך מחזק געווען אין דעם ענין פון הפצה. א שאד דו ביסט נישט דא געווען, וואלסט געהאט אזויפיל חיזוק אין דעם ענין, בפרט יעצט ווען מיר שטייען אין די ימי השובבי"ם ווען מיר ווילן פאררעכטן וואס מיר האבן פוגם געווען דארפן מיר אנהייבן מיט א פרישקייט צו גיין הפצה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן וואס ער האט אלץ פוגם געווען אין די עבירה פון פגם הברית, זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעכטן נאכט מוצאי שבת האבן מיר געהאט א שיינע מלוה מלכה צוזאמען מיט א שבע ברכות; מיר האבן זיך מחזק געווען אינעם ענין פון עוסק זיין אין הפצה, סיי אז די וואס זענען עוסק דערין זאלן זיך באנייען ביתר שאת וביתר עוז, און אוודאי די וואס קענען נאך נישט פועל'ן ביי זיך צו גיין הפצה זאלן אויך עוסק זיין אין דעם לויט זייער בחינה.


מיר האבן דערציילט די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט (הובא בפעולת הצדיק, סימן תתקע): אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן, דער איד איז געווען זייער צוגעבינדן צום רבי'ן, מען האט אים גערופן ר' ישראל פון נעמירוב. און ער האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל אים לאזן פארן צו א געוויסע פלאץ - וואו עס איז געווען דארט א מלחמה - פאר פרנסה; היות דער מענטש האט זייער געוואלט פארן האט אים דער רבי נישט געזאגט בפירוש ער זאל נישט פארן נאר דער רבי האט אים געזאגט די ווערטער: "זאלסט זיך פאר נעמען אז יא מיט ניין איז ביי דיר גלייך, און זאלסט זאגן פינף קאפיטלעך תהילים, נאכדעם ווי אזוי עס וועט דיר אריין קומען אין מחשבה אזוי זאלסטו זיך פירן", ער האט אזוי געטון און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן זאגנדיג: "עס איז מיר אריין אין מחשבה איך זאל יא פארן", פארן רבי'ן איז דאס נישט געפאלן, דער רבי האט געוויסט קלאר אז דער איד האט נישט אינזין געהאט יא און ניין צוגלייך, נאר ווייל עס האט אין אים געברענט תאוות ממון האט ער יא געוואלט פארן, האט אים דער רבי געזאגט: "נא, מיט א פלאטציקל קען מען אמאל כאפן א העכט (מיט א קליינע פיש קען מען אריינכאפן א גרויסע פיש)"; בשעת דער רבי האט אים דאס געזאגט האט ער נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם, אבער שפעטער ווען ער איז געפארן צו יענע פלאץ האט ער מקרב געווען א גרויסן עושר צו אידישקייט, דעמאלט האט ער שוין פארשטאנען וואס דער רבי האט געמיינט צו זאגן.


האבן מיר ארום גערעדט פון דאס גרויסקייט פון גיין הפצה, אז ווען מען גייט הפצה קען מען קיינמאל נישט וויסן וועם מען ברענגט יעצט צוריק צום אייבערשטן און וואס עס וועט פאסירן מיט די הפצה.


מיר האבן איבער גע'חזר'ט דעם סיפור ווי אזוי מוהרא"ש איז מקורב געווארן; מוהרא"ש איז מקורב געווארן דורך א ספר פון רבי'ן וואס א מפיץ האט מפיץ געווען פאר מוהרא"ש'ס טאטע דער טאקייער רב זכרונו לברכה. יארן שפעטער האט דאס מוהרא"ש געפונען און דאס האט געטוישט דאס לעבן פון טויזנטער אידן צום גוטן.


דער מפיץ וועט קיינמאל נישט וויסן וואס עס איז געשען מיט זיין הפצה, נאר ווען ער וועט ארויף קומען אין הימל וועט ער זען וואס פאר א זכותים עס גייט פאר אים פון אלע תורה תפילה תשובה מצוות ומעשים טובים וואס ער האט געברענגט אויף דער וועלט.


איך האף אז דו וועסט נאך היינט עפעס טון פאר הפצה, זען אז נאך א איד זאל וויסן פון די הייליגע רבי'ס עצות און התחזקות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ"; ווער עס איז מזכה א צווייטן איד וועט נישט קומען צו עבירות.


מיין טייערער ... נרו יאיר, גיי אהיים צו דיינע קינדער און זינג מיט זיי קריאת שמע, המלאך הגואל, אדון עולם וכו' און לייג זיי ביי די מזוזה זיי זאלן בעטן ביי די מזוזה דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס זיי דארפן, אזוי אויך זאלסטו זען זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער; די עבודה זאל דיר זיין חשוב'ער ווי די גרעסטע עבודות אויף דער וועלט.


דער הייליגער רבי נתן פלעגט זאגן: "ביי מיר איז חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער אזוי ווי תיקון חצות"; רבי נתן זכרונו לברכה האט געוואלט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטוב מיט קינדער, פלעגט ער ווארטן זיי זאלן אהיים קומען פון חדר, וואס דעמאלט פלעגט ער זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער, וואס דאס האט אים געשטערט פון גיין שלאפן פרי, האט ער געזאגט אז דאס איז ביי אים אזוי חשוב פונקט ווי די עבודה פון זאגן חצות.


א גוטע נאכט.