מכתב יומי

כב כסלו תשע"ח

December 10 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האלטן יעצט בעפאר דעם הייליגן יום טוב חנוכה; חנוכה איז א לשון פון באנייען, חנוכה איז א צייט וואס א מענטש קען זיך אויפפרישן און אנהייבן פון דאסניי.


דער רבי האט געזאגט אויף זיך (שבחי הר"ן, סימן ו) אז ער פלעגט שטענדיג אנהייבן פון דאסניי דינען דעם אייבערשטן, און ער פלעגט מאכן עטליכע מאל א טאג א פרישע התחלה; "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), דער יצר הרע וויל נאר אריין ווארפן דעם מענטש אין א זקנה, אז דער מענטש זאל שפירן ביי זיך אז ער קען שוין נישט ארויס קריכן פון זיין פלאנטער.


מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו', דער חילוק איז, אז די צדיקים שטארקן זיך, זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פון דאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס. דערפאר זענען זיי זוכה צו שיינע זאכן, ווייל זיי שטארקן זיך.


א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס איז נישט אראפ געפאלן, שטארק מיינט, אז ווען מען פאלט הייבט מען זיך הייבט אויף, איינער וואס פאלט און הייבט זיך אויף - דער איז א שטארקער מענטש.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן ר' שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז ר' נתן געווען אין טעפליק, און צוזעהנדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים ר' נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאך נישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; ר' נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט א מאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז א גרויסער טעות דאס וואס מענטשן טראכטן אויף זיך: 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין', וואס איז א תוצאה פון דאס וואס מען קוקט זיך אן, און מען זעט זיך אנגעפילט מיט פראבלעמען, נסיונות, נפילות, וכו' וכו', מען טראכט: 'וואס וועט שוין זיין פון מיר'. דאס איז אבער א שטארקער טעות, ווייל דוקא א מענטש וואס פאלט אראפ און ער הייבט זיך אויף, דער מענטש איז א העלד. איינער וואס האט נישט קיין שווערע נסיונות, דער איז בכלל נישט שטארק, שטארק איז דער וואס הייבט אן פון דאסניי, ער קוקט נישט אויף גארנישט, ער איז ביי זיך שטארק ווי א לייב אז וואס עס זאל נאר זיין וועט ער נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.