מכתב יומי

כא כסלו תשע"ט

November 29 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק דיר צו גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה און מעריב אפילו אז עס קומט דיר אן שווער.


דאווענען מיט מנין ברענגט פרנסה, זאלסט אבער נישט פרעגן: "איך דאווען מיט מנין אבער איך זע נישט אז מיין פרנסה זאל זיין מער?" ווייל פונקט אזוי ווי ווען מען אינוועסטירט אין א ביזנעס דארף מען אסאך מאל ווארטן ביז מען הייבט אן זען רווחים; וועט דען א מענטש זיך צוריק האלטן פון מאכן געשעפטן ווייל מען זעט נישט קיין באלדיגע רווחים?! און מען רעדט דא פון געשעפטן וואס עס איז נאר א ספק ספיקא אויב די רווחים וועלן באמת קומען, כל שכן וקל וחומר ווען א מענטש גייט אין שול דאווענען מיט מנין וואס דאס איז א זיכערע זאך אז דאס ברענגט שפע ברכה והצלחה - דארף מען זיין שטארק אין דעם און ווארטן ביז מען וועט זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר פירן אויפן אמת'דיגן וועג, ווייל מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; דאס הייסט אז א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף זיינע רווחים ברוחניות. פונקט אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער זיך שטענדיג נאכפרעגן ביים בוכהאלטער צי די ביזנעס פארדינט אדער דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף דער וועלט?' 'אפשר נַאר איך זיך?' און זען זיך טאקע נישט צו לאזן נארן.


טייערער ... נרו יאיר, רעדט זיך נישט איין אז דו האסט חברים וועלכע וועלן דיר העלפן, א מענטש האט נישט קיינעם אויף דער וועלט נאר דעם אייבערשטן, און נאר די מעשים טובים וואס מען טוט - דאס נעמט מען מיט זיך. מוהרא"ש פלעגט כסדר חזר'ן דעם מאמר חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן יעדע זאך וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנצע לעבן און דאס שטייט אין אלע זיינע ספרים; א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים, נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


איך וועל דיר זאגן ווער דיין אמת'ער חבר איז, דיין אמת'ער חבר איז "א בלאט גמרא", דאס איז דער בעסטער חבר פאר א מענטש! די בלעטער גמרא העלפן דעם מענטש ווען ער געפונט זיך אין א צרה און זיי אנטלויפן נישט ווען דער מענטש גייט דורך א שווערע צייט.


מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג זאגן ביי די שיעורים; מען זעט ביי די פרשה פון יהודה און תמר, אז קודם שטייט (בראשית לח, א): "וַיֵּרֶד יְהוּדָה מֵאֵת אֶחָיו", יהודה איז אוועקגעגאנגען פון זיינע ברודער, "וַיֵּט עַד אִישׁ עֲדֻלָּמִי", ער איז געגאנגען צו א מענטש פון שטאט עדולם, נאכדעם שטייט (שם, יב; כ): יהודה האט געשיקט פרעגן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם. פארוואס קודם שטייט סתם "אִישׁ עֲדֻלָּמִי" דער מענטש פון עדולם, און שפעטער שטייט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם? זאגט מוהרא"ש, אז ווען א מענטש גייט אריבער בזיונות, ממש מענטשן שעמען זיך צו רעדן מיט אים, דעמאלט קען מען זען צי מען האט חברים; אויב איינער רעדט מיט דיר ווען דו האסט אלעס פארלוירן און דו ביסט איינער אליין וכו' וכו' - דאס איז א חבר. יעצט איז שוין זייער פארשטענדליך די סדר פון די פסוקים, ווייל אנהייב ווען יהודה האט געטראפן א חבר פון עדולם, רופט אים נאכנישט די תורה אן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", ווייל ווען עס גייט גוט פארן מענטש, ער האט מענטשן ארום זיך און דעמאלט דריידט מען זיך מיט אים - דאס איז נאך נישט קיין חבר, אבער שפעטער ווען יהודה האט מיטגעמאכט זיין פרשה און ער האט געזוכט אן עצה, ער האט געזאגט "תִּקַּח לָהּ, פֶּן נִהְיֶה לָבוּז", עס וועט זיין דא בזיונות, דאך האט ער ווייטער מסכים געווען צו העלפן יהודה - דאס הייסט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", דאס הייסט א 'חבר'.


די הייליגע גמרא וועט בלייבן דיין חבר אין דיינע שווערסטע מצבים. די תורה איז די בעסטע חבר, נעם איר פאר א חבר און אין איר זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.


נעכטן נאכט בין איך ארויס געפארן קיין קרית יואל וואו אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען פראווען דעם סעודת הודאה לרגל "כ"א כסליו" - דעם טאג וואס רבינו הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו איז ניצול געווארן פון די עמלקים, די דייטשן ימח שמם וזכרם.


דער סעודה איז געווען צוזאמען מיט א סיום אויף 'מסכת מנחות'; גלייב מיר איך בין נאך נישט געקומען צו די כוחות פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל און קיין אומאן, אבער אז איך האב תלמידים וואס קומען זיך צוזאמען יעדע נאכט לערנען דעם דף גמרא האב איך אלעס אוועק געלייגט און ארויס געפארן זיי מחזק זיין, ווייל דאס איז מיין גאנצע שטרעבן: אריין ברענגען אין אלע תלמידים צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, בפרט לימוד גמרא וואס דאס פארברענט אלע קליפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האף דיר צו זען היינט נאכט ביים שיעור.