מכתב יומי

כג ניסן תשע"ח

April 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז אונז אז מיר האבן זוכה געווען צו דעם הייליגן יום טוב פסח; מיר האבן געגעסן די הייליגע מצה, מיר האבן מקיים געווען אלע מצוות פון דעם הייליגן יום טוב פסח און מיר זענען ארויס פון מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְאִלּוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם"; דארפן מיר זען מיר זאלן נישט צוריק גיין קיין מצרים, מיר זאלן בלייבן ריין פארן אייבערשטן און נישט האבן קיין חמץ אין קאפ. אוועק לייגן אלע קשיות און וויסן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט: "הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", ער טוט אלעס, ער פירט אלעס און ער מאכט אלעס.


פסח איז נישט אריבער, פסח איז אריין; יעדע מצוה וואס מיר טוהן גייט אריין אין אונזער גוף און אין אונזער נשמה און דאס בלייבט מיט אונז לנצח נצחים. מען ווערט מער און מער נענטער צום אייבערשטן און דאס געבט כח און לעבן פאר א גאנץ יאר. די אלע מצוות וואס מיר זענען מקיים ברענגט אריין אמונה אינעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיט, פו): "כָּל מִצְו‍ֹתֶיךָ אֱמוּנָה", בפרט די הייליגע מצה וואס מיר האבן געגעסן יום טוב, דאס איז ספעציעל מסוגל אריין צו ברענגען אמונה, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בא, מא.) אז מצה ווערט אנגערופן: "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא" - א מאכל פון אמונה, אויך היילט עס אויס דעם מענטש פון אלע ווייטאגן (זוהר פרשת תצוה, קפג:).


היינט - אסרו חג פסח - איז ביי מיר זייער א גרויסער טאג, מיר האבן זוכה געווען צו עפענען אונזער חדר אסרו חג פסח שנת תש"ע לפרט קטן. מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט נאר פארן בלויזן חטא אז איך האב געעפנט די ברסלב'ער ישיבה.


דעמאלט האט דאס מיר אויסגעקוקט ווי דער גרעסטער צרה; אלעס וואס מען האט מיר געטשעפעט און וויי געטון האב איך געקענט אראפ שלינגען באונס צי ברצון, אבער ווען איך האב ערהאלטן דעם בריוו אז מיינע קינדער קענען נישט צוריק קומען אסרו חג פסח אינעם תלמוד תורה וואו זיי האבן געלערנט, דא האב איך נישט געוואוסט וואס צו טון. איך און מיין ווייב האבן דעמאלט אסאך געוויינט צום אייבערשטן מיר זאלן וויסן וואס צו טון, וואס מיר זאלן טון מיט די קינדער, ביז דער אייבערשטער האט מיר אריין געגעבן א שטארקייט צו עפענען א חדר.


היינט ווען איך קוקט צוריק און איך דערמאן זיך די ווייטאג פון דעמאלט, דאנק איך דעם אייבערשטן, איך זאג (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז מען האט דעמאלט ארויס געווארפן מיינע קינדער און מען האט מיר מבזה געווען אין אלע גאסן, יעצט ווען עס איז 'יָשֹׁב אַפְּךָ' האב איך זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז מרומז אינעם פסוק וּתְ'נַחֲמֵנִ'י, איך האב זוכה געווען אז מיינע קינדער וואקסן אויף מיט אמונה אינעם אייבערשטן, זיי וואקסן אויף מיט אמונת צדיקים, אמונה אין זיך אליין און זיי לעבן מיטן אייבערשטן וכו' וכו'.


מען קען שרייבן א בוך פון יעדן איינציגן טאג וואס מיר זענען אריבער זינט די חדר האט זיך געעפענט, אבער יעצט זעט מען שוין ברוך השם די הערליכע פירות פונעם מוסד. מיר האבן היינט א הערליכע תלמוד תורה; מיר האבן שוין ארויסגעגעבן תלמידים וואס האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט הערליכע שטובער. מיר האבן שוין א מלמד ביי אונז אין חדר וואס איז זעלבסט א תלמיד פון אונזער חדר; דער כיתה א' מלמד איז א תלמיד פון אונזער חדר און ישיבה.


אויף אונזער חדר קען מען פארציילן די מעשה וואס האט פאסירט מיטן הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו. ווען דער הייליגער קדושת לוי זי"ע איז געווען א אינגערמאן איז ער געפארן צו זיין הייליגער רבי - דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זי"ע וואו ער האט געלערנט פאר א שטיק צייט, ווען ער איז אהיים געקומען האט אים זיין שווער געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט? איך וועל אריין רופן די דינסט און איך וועל איר פרעגן צי זי ווייסט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וועט זי אויך וויסן..." ער רופט אריין זיין דינסט און פרעגט איר: "איז דא א באשעפער אויף דער וועלט?" רופט זיך די דינסט אן: "וואסערע פראגע איז דאס? אודאי איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!" פרעגט ער זיין איידעם: "צי וואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב פאר אזא לאנגע צייט - צו לערנען אז עס איז דא א באשעפער; קוק אויף די דינסט, זי ווייסט דאס אן פארן צו א רבי?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע געענטפערט: "זי זאגט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, אבער איך לעב מיט דעם"; דאס זעלבע קען מען זאגן קומט פאר ביי אונזער חדר, די קינדער ביי אונז אין חדר לעבן מיטן אייבערשטן; נישט סתם געזאגט און געזינגען, נאר זיי לעבן מיט דעם. מען לערענט מיט זיי אז וואס זיי דארפן זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן.


ווען דו זאלסט וויסן וואס איז איבער געגאנגען אויף מיר במשך די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה; נישט איין מאל די זיבן וואסער וואס איז איבערגעגאנגען אויפן בערגער ווען ער איז אריין געלאפן אינעם גענעראל'ס שטוב ארויס צו נעמען דעם ארימאנס ווייב (עיין סיפורי מעשיות מעשה י', פון דעם בערגער און ארימאן) נאר עטליכע מאל די זיבן וואסער.


געלויבט דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן כח אנצוגיין מיט די ישיבה, חדר, מיידל סקול וכו'; דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די ישיבה און מחזק זיין אידישע קינדער.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר דאס איבער נאך היינט.


 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מרת ... תחי'


אם ירצה ה' דעם קומענדיגן זונטאג (פרשת תזריע-מצורע) מאכן מיר א פארטי פאר די מוסד; איך בעט אייך איר זאלט זען ארויס צו העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה. דאס יאר וועט דער פארטי נישט פארקומען ביי מרת ... תחי', עס וועט פארקומען אין ישיבה.


איר ווייסט דאך אודאי ווי איך מוטשע מיך צו קענען אנגיין מיט די ישיבה, חדר און מיידל סקול, צו קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס וכו' וכו'. קיינער וויל נישט העלפן אונזער מוסד און מיר גייען אריבער זייער שווערע צייטן, אזוי אויך האבן מיר נישט קיין געהעריגע פלאץ פאר די מיידלעך. דאס איז שוין אויסער דעם וואס זייער אסאך פון די איינגעשטעלטע נעמען נישט קיין געלט פונעם מוסד וכו'.


איך בעט אייך זייער, זעט צו העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה; רופט אייערע גוטע פריינט און אייער משפחה. היינט איז שוין אנדערש ווי אמאל; ברוך ה' מיר האבן שוין אביסל אראפ גענומען דעם שלעכטן נאמען פון ברסלב און אז דער אייבערשטער וועט מיר געבן כח וועל איך בלי נדר ווייטער ארבעטן מיט אלע מיינע כוחות אינגאנצן אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען פון ברסלב. איר דארפט זיך נישט שעמען צו רופן אייערע חבר'טעס און אייער משפחה.


אין דעם זכות וואס איר העלפט דעם מוסד, זאלט איר האבן הצלחה און ברכה אין אלע אייערע מעשים.


דעם מיטוואך וועט אם ירצה ה' פארקומען א פרויען צוזאמקום אין ישיבה.