מכתב יומי

כא סיון תשע"ח

June 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג נישט אהיים דיין טעלעפאן וואס דו דארפסט האבן פאר די ארבעט ווייל עס קען דיר חרוב מאכן דיין גאנצע שטוב; אז דו דארפסט האבן א סעלפאון פאר די שעות וואס דו ארבעטסט - דאס איז איין זאך, און דאס דארף אויך זיין געפילטערט וכו', אבער ווען דו גייסט אהיים זאלסטו עס נישט אהיים ברענגען. דאס האט שוין חרוב געמאכט אסאך שטובער פון קאפ ביזן פוס; שפעטער ווען מען כאפט זיך איז זייער ביטער.


איך האף דו וועסט מיר פאלגן, וועט דיר גוט זיין.